top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: נפטר געווארן הגה"צ רבי אלעזר יונה גינזבערג זצ"ל רב ביהמ"ד אגודת אחים בארא פארק

  • Bechatzros admin
  • 27 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 27 במאי

דינסטאג פ' במדבר • כ''ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הגה"צ רבי אלעזר יונה גינזבערג זצ"ל רב ביהמ"ד אגודת אחים אין בארא פארק און לאנגיעריגער מרביץ תורה אין שטאט, וועלכער האט זיך ליידער געמוטשעט די לעצטערע שטיק צייט מיט א שווערע מחלה ה"י.


הגה"צ רבי אלעזר יונה איז געווען דער עלטסטער זון פון הגה"צ רבי צבי מאיר גינזבערג זצ"ל ראב"ד אגודת הרבנים, און א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר רבי חיים שלמה מחוסט - טאהש זצ"ל, א זון פון הרה"ק רבי אלימלך הסבא קדישא מטאהש זי"ע, נין ונכד לצדיקי בית טאהש, חוסט, נדבורנא, און פרעמישלאן ולמעלה בקודש, זיין איינציגע ברודער איז יבלחט"א כ"ק אדמו"ר הגה"צ רבי משולם פייש גינזבערג שליט"א מחוסט, און זיין איינציגע שוועסטער איז הרבנית אשת חבר כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א.


די נפטר איז געווען א תלמיד חכם עצום, און שולט געווען בכל מכמני התורה, יארן לאנג האט ער פארגעלערנט שיעורים מיט א זעלטענע בהירות בנגלה ובתורת החן, אין צוגאב האבן טויזענטער אידן האבן נהנה געווען און זיך צוגעהערט מיט א קביעות צו זיינע שיעורים דורכן טעלעפאן, אויך איז ער געווען באקאנט אלס א ידען עצום אין היסטאריע און סיפורי צדיקים, און איז געווען א דולה ומשקה פון די סיפורים ועובדות וואס ער האט געהערט ביי זיין באליבטן זיידן הרה"ק רבי חיים שלמה מחוסט זצוק"ל צו וועם ער איז געווען אדוק ומקושר באהבת נפש.


באזונדער איז דער רב געווען ברייט באקאנט אלס א בקי נפלא בתורת הנסתר ובתורת החסידות, ער האט ארויסגעגעבן ספרים נפלאים אין פארשידענע מקצועות התורה, בנגלה ובנסתר. יאהרן לאנג האט ער געדינט אלס רב אין ביהמ"ד אגודת אחים אין בארא פארק, אויך האט ער געדינט אלס לאנגיעריגע ראש כולל פאפא אין וויליאמסבורג. אין די לעצטערע יאהרן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לעיקוואד ווי ער האט ווייטער ממשיך געווען זיין ברייטע השפעה לכל דורש ומבקש.


ליידער איז ער די לעצטע שטיק צייט נישט געזונט געווען און נעכטן האט ער צוריקגעגעבן זיין ריינע אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה, אין עלטער פון 73 יאהר, איבערלאזנדיג א הערליכע דור, גאר חשובע קינדער מרביצי תורה און מורי הוראה .בניו הרבנים הגאונים ר' יוסף שליט"א אב"ד תולדות יצחק סוואליווע, ר' ישראל יעקב גרשון שליט"א ראש כולל תולדות יצחק ור"מ בישיבת אור תורה, ר' מרדכי שליט"א ראש כולל אור המאיר ור"מ בישיבת חכמת התורה, ר' חיים שלמה שליט"א מרביץ תורה אין לעיקוואד.


די לויה גייט ארויס היינט דינסטיג 10 אזייגער פארמיטאג פארנט פון ביהמ"ד תולדות יצחק אין לעיקוואד אויפן וועג צום בית החיים אין ניו דזשערזי ווי ער וועט קומען לקבורה אויפן קאסאניער חלקה נעבן זיין גרויסן פאטער זצ"ל.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות

ree

תגובות


bottom of page