top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובאו ציון: האד' מאלכסנדר נעמט אונטער מסע רוממה לעיר האבות אלכסנדר אינאיינעם מיט די בוני ביהמ"ד הגדול אלכסנדר

  • Bechatzros admin
  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש

ree

אין די יעצטיגע טעג ווערט אויפגענומען צווישן חסידי אלכסנדר די ידיעה רוממה איבער א מסע התעוררות וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א לקברי צדיקים אין פוילן, ובפרט צום עיר האבות אלכסנדר, ווען אינעם הויכפונקט וועט מען זוכה זיין לעלות ולראות ביים ציון המציונת פון הרה"ק בעל ישמח ישראל מאלכסנדר זי"ע ביומא דהילולא קדישא דעם קומענדיגן כ"ט טבת, ער"ח שבט, זונטאג בא.


ביי די נסיעה וועלן זוכה זיין מיטצוהאלטן די נדיבים בעם ובוני הבית, וועלכע האבן גענומען א חלק אינעם ריזן אונטערנעמונג פון הקמת בית גדול וחדש, דער מרכז החדש ביהמ"ד הגדול דחסידי אלכסנדר אין בני ברק, איבער וואס דער רבי שליט"א האט שוין מכתת רגליו געווען די לעצטע יאר מעורר זיין נדיבי לב חסידי ואוהדי בית אלכסדר איבער דער גארער וועלט, אפשטאטנדיג אין אמעריקע, לאנדאן און אנטווערפן, וואו די חסידים האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים עצומים למען בית ה', בעת די בוי-ארבעט פונעם נייעם ביהמ"ד איז שוין אין פולע שוואונג.


דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן דאנערשטאג וארא פון ארה"ק, אויפ'ן וועג קיין פוילן, וואו די ערשטע סטאנציע וועט זיין אין עיר הקודש ליזענסק, וואו דארט וועלן זיך צונויפטרעפן די קבוצות החסידים וואס קומען צו פארן פון אמעריקע און אייראפע, און בראש קהל חסידיו וועט דער רבי אפרעכטן א מעמד התעוררות ובקשת רחמים ביים ציון קודש הקדשים פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.


פרייטאג וועט מען זיך ארויסלאזן צו די היסטארישע שטאט קראקא וואו דער גאנצער געהויבענער שבת וועט אפגעראכטן ווערן אין אן ארטיגן הערליכן האטעל, וואס די נגידים וועלן זוכה זיין מיטצולעבן אויף א פריוואטן פארנעם מיט'ן רבי'ן.


מוצאי שבת, בליל הילולא קדישא כ"ט טבת, וועט פארקומען דער צענטראלער מעמד הוקרה אינאיינעם מיט די סעודת הילולא פון הייליגן ישמח ישראל, און זונטאג באשמורת הבוקר וועט מען זיך ארויסלאזן צום שטאט אלכסנדר, וואו דער רבי שליט"א וועט צוערשט אפרעכטן א מעמד התעוררות עלי' לציון ביים בעל הילולא לשפוך שיח בדבר ישועה ורחמים.


דערנאך וועט דער רבי אריבערגיין צו תפלת שחרית אין ארטיגן נייעם "בנין הכנסת אורחים" וואס ווערט אצינד פארענדיגט ברוב פאר והדר, און נאכ'ן דאווענען וועט אפגעראכטן ווערן א מעמד חנוכת הבית ומסיבת לחיים רבתי לרגל די הילולא קדישא.


ree
ree
ree

bottom of page