חסידי באבוב גיבן אפ ברכת מזל טוב לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש

חסידי באבוב האבן די וואך דאנערשטאג אפגעגעבן דעם ברכת מזל טוב פאר כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לרגל דעם שמחת קישור החיתון פון אן אייניקל וואס איז געשלאסן געווארן בסימן טוב ומזל טוב.
בשטומ"צ איז נכנס לברית האירוסין החתן המפולג א זון פון זיין זון הרה"צ ר' דוד האלברשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' לייבוש הורוויץ שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אהרן עסטרייכער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' חיים אלעזר עסטרייכער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר זעליג אשרי שליט"א ראה"כ ספינקא בארא פארק.
די שידוך איז געשלאסן געווארן בכי טוב ביים מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פונעם באבובער רב שליט"א. פארנאכטס איז פארגעקומען די מסיבת התנאים אויף א באשיידענעם פארנעם, לויט די תקנת חיים של שלום בלויז פאר די נאנטע קרובי המשפחה, אין שטוב פונעם זיידן הגה"צ ר' אשר זעליג אשרי שליט"א וואו דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט געליינט די תנאים און משמיע געווען אמרי קודש.
שפעטער ביינאכט זענען זיך טויזנטער חסידים צוזאמגעקומען אין ביהמ''ד הגדול לברך ולהתברך צום גרויסן שמחה. צום ערשט האט אויפגעטרעטן דער זיידע הרה"צ ר' לייבוש הורוויץ שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו די שמחה. דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען אמרי קודש און ארויסגעברענגט דברי שבח והודאה און דערביי מזכיר געווען די ישועות אין אלע ענינים וואס אידן זענען אנגעוואנדן און מסיים געווען בברכת קדשו אז די שמחה זאל משפיע זיין נאך שמחות פארן גאנצן עולם.
נאך די דברות קודש האט דער רב שליט"א מכבד געווען הרה"צ ר' בן ציון טווערסקי שליט"א אבד"ק הארנסטייפל מילוואקי צו זינגען מה אשיב מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד.
צום שלוס האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף ריקודין של שמחה און די גאנצע ציבור איז אדורך וואונטשן מזל טוב פאר'ן ראש בית אב דער רב שליט"א די חתן און מחותנים פאר א לענגערע צייט.




































