top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אל המנוחה ואל הנחלה: האד' מוויזניץ וועט פארלאזן לאס אנדזשעלעס קיין שווייץ אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל

  • Bechatzros admin
  • 27 באפר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 27 באפר׳

זונטאג פרשת טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילד קרעדיט: שוקי לרר


נאך לאנגע חדשים וואס וויזניצער חסידים האבן מתפלל געווען און ארויסגעקוקט לראות פני מלכם ומאורם - מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס האט זיך ליידער אויפגעהאלטן לצורכי רפואה אינעם ווייטן לאס אנדזשעלעס די לעצטע צוויי חדשים, איז היינט אויפגענומען געווארן די פאזיטיווע נייעס אז חסדי ה' כי לא תמנו, תפילות ישראל עשתה רושם, מיט די ענדגילטיגע באשלוס פון די פראפעסארן אז דער רבי קען שוין פארלאזן לאס אנדזשעלעס אל המנוחה ואל הנחלה.


לויט די יעצטיגע פלאן וועט די רבי שליט"א שוין מארגן מאנטאג ארויספארן פון לאס אנדזשעלעס קיין שווייץ. דער רבי וועט ארויספארן מיט א פריוואטער פליגער אין באגלייטונג פון א מעדיצינישע שטאב, און וועט זיך אויפהאלטן די קומעדיגע צוויי וואכן אין דאוואס זיך אפצורוען פון די שווערע דורכגאנג, און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות בנאות דשא לחיזוק בריאות גופו הטהור, וקווי ה' יחליפו כח.


די רבי שליט''א וועט האבן די אכסניא אין די בארימטער בית וועד לחכמים די קרעסטא האטעל אונטער די אייגנטומערשאפט פון משפ' האלפערט הנכבדה, וואו עס וועט דארט אויך וויילן דעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וואס לאזט זיך מארגן ארויס קיין שווייץ אויף אפרוה.


מיטן אויבערשטנס הילף, וועט דער רבי ממשיך זיין פון שווייץ קיין ארץ הקודש למעון קדשו אין קרית וויזניץ אין צוויי וואכן ארום אין די טעג בעפאר ל"ג בעומר, ווען דער רבי וועט זיך ענדליך צוריק פאראייניגן מיט די חסידים וואס קוקן שוין אזוי לאנג ארויס דערצו, און וועלן דערביי פייערן א גרויסן מעמד קבלת פנים לכבודו הרם.


וויזניצער חסידים נעמען אויף די פריידיגע בשורה מיט התרגשות של שמחה וצהלה לויבנדיג דעם באשעפער שהיגיענו עד הלום, מיט א הייסע תפילה אויף ווייטער לחיזוק כוחותיו פונעם רבי'ן, וועלכער איז נאך גאר שוואך, און דארף נאך דורכגיין באהאנדלונגען ביז צו זיין גענצליכע ערהוילונג בסיעתא דשמיא, כלל ישראל איז ווייטער מתפלל על הצדיקים ועל זקני עמך בית ישראל יהמו נא רחמיך, מרן ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלמה בתוך שאר חולי עמו ישראל.

תגובות


bottom of page