במלואת השנה: חסידי ביאלא גרייטן זיך בהתעוררות צו הילולא קמייתא פון כ"ק אדמו"ר בעל מבשר טוב מביאלא זצוק"ל
- Bechatzros admin
- 22 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 22 באפר׳
דינסטאג פרשת שמיני • כ"ד ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר
אין חצר הקודש ביאלא גרייט מען זיך מיט התרגשות און געגועים, צום יומא דהילולא קמייתא פונעם אומפארגעסליכן רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר בעל מבשר טוב מביאלא זצוק"ל, וועלכע געפאלט אויס דעם קומעדניגן ב' אייר הבעל"ט, מיטוואך פ' תזריע.
אין די יעצטיגע טעג קומען פאהר מערערע הכנות אויף אלע פראנטן, צו קענען אקאמעדירן דעם ריזן ציבור חסידים פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, וועלכע וועלן ארויפקומען קיין ירושלים, מיטצטהאלטן די ימי ההילולא בצל בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, בבית מדרשו הגדול פונעם בעל הילולא אין ירושלים.
די הילולא קדישא וועט אפגעראכטן ווערן מיט א גרויסע רגש און התעוררות, בצל קדשו פון ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, ווען מ'וועט מעלה זיין אויפ'ן זכרון די לעכטיגע יארן בהלו נרו על ראשינו, און זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער בדרכיו הטהורים און משנן זיין משנתו הבהירה.
די ימי הילולא וועט זיך אנהייבן היינטיגן דינסטאג און מארגן מיטוואך פר' שמיני, ווען ס'וועט פארקומען די ספעציעלע "ישיבת בין הזמנים", וואס דאס איז געווען איינע פון די גרויסע אויפטוען און פעולות צדיק לחיים וואס דער רבי זצ"ל האט איינגעפירט, וועט אפגעהאלטן ווערן ספעציעלע מעמדים מיט'ן נאמען "יחיינו מיומים", צוויי פילע טעג מלא וגדוש מיט סדרי הלימוד, דרשות און התעוררות במשנתו הטהורה פונעם רבי'ן זצ"ל.
די מעמדים וועלן פארקומען אינעם גרויסן קאמפלעקס פונעם קרית הישיבות ביאלא אין אלעד, בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער וועט זיך פערזענליך משתתף זיין און איבערגעבן די עמקות'דיגע שיעורי סוגיא פאר די בני הישיבות.
אויף דעם שבת שמיני - שבת פאר די יארצייט, וועלכע איז אויך די שבת יארצייט פון הרה"ק בעל תולדות אדם זי"ע מביאלא, איז ערווארטעט א ריזן ציבור חסידים און געסט וואס וועלן קומען צו פארן חוסה זיין בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א און זיך גרייטן צו די הילולא קדישא אויף א געהויבענעם פארנעם.
בעצם הילולא קדישא ב' אייר וועט זיין ספעציעלע זמני כניסה פאר'ן גאנצן ציבור אריינצוגיין בקודש פנימה, און עס ווערן שוין געמאכט די ספעציעלע איינריכטונגען ביים ציון הק' אויפן הר הזיתים צו אויפנעמען די טויזנטער שופכי שיח, ווען אינעם הויכפונקט וועט אפגעראכטן ווערן די צענטראלע שולחן הטהור בעיצומו של יום בהשתתפות אלפי החסידים זקנים עם נערים.







תגובות