top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספר המלך: עדת חסידי סאדיגורא פייערן "הכנסת ספר תורה" אריינגעגעבן בשותפות לזכרו פון האד' מסאדיגורא זצ"ל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 11 בפבר׳
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


מיט פייערליכע גיל וחדוה איז נעכטן זונטאג אפגעראכטן געווארן בחצר הקודש סאדיגורא דער מעמד נרגש "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן מיט א געמיינזאמע שותפות דורך כל קהל עדת חסידי סאדיגורא בארץ ובגולה, יונג-און-אלט, די גאנצע קהלה קדישא האט זיך אנגעשלאסן צו לאזן שרייבן א ספר תורה לכבודו ולזכרו הטהור פונעם רועה נאמן לעדתו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעל עטרת ישראל.


נאך אינעם שנת האבל פונעם רבי'ן זצ"ל האט מען אנגעהויבן שרייבן די ס"ת, ווען במשך די גאנצע צייט ווערט די ס"ת געשריבן בהידור רב ווען די עקסטאז וואקסט שפאנענדיג כסדר נענטער צום גמר הכתיבה, און אצינד איז נקבע געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אפצוהאלטן די חגיגה, וואס איז געוועהן א קייט פון יו"ט'דיגע טעג מיט מעמדים נשגבים בשמחת התורה.


אין די נאכמיטאג שעה'ן איז די ספר תורה ארויסגעפירט געווארן פונעם שטוב פון הנגיד החסיד ר' אלימלך שרגא שפירא ראש הקהל סאדיגורא, וואו מען האט ביי אן ענגע מעמד לחיים געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי שליט"א האט ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום תהלוכה ברחובה של עיר.


 אונטער דעם הערליך באצירטע חופה, האט דער רבי שליט"א מכבד געוועהן די רבנים חשובים און אנשים מכובדים צו טאנצן מיטן ספר תורה, צווישן זיי: הגה"צ ר' צבי אלימלך פאדווא גאב"ד ציריך שווייץ, הגה"צ ר' פנחס שפירא אבד"ק סאדיגורא תל אביב, הרבני הנגיד ר' יששכר קנאל הי"ו און די בני משפחת המלוכה אייניקלעך פון אדמור"י בית סאדיגורא.


אנקומענדיג אין ביהמ"ד האבן עטליכע פון די זקני החסידים קעגן געטאנצט מיט ספרי תורה, דאראונטער די היסטארישער ספר תורה פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע וואס איז געברעגנט געווארן פון אנטווערפען דורך הנגיד בנש"ק ר' שלום ענגעלשטיין הי"ו. ביים גרויסן באדן פארנט פון ביהמ"ד איז דער רבי ארויף אויף א גרויסן פלאטפארמע אינאיינעם מיטן חשובן גאסט הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א און מען ממשיך געווען די ריקודין ביתר שאת ועוז, וואו די נכבדי העדה זענען געטאנצן מיטן ספר תורה און פאקלען כנהוג.


דאן איז מען אריין אינעם גרויסן סאלאש וואו מען האט אפגעראכטן די סדר ההקפות כנהוג ביי צדיקי בית רוזשין, דער רבי שליט"א האט געזאגט אתה הראת מיט'ן נוסח ימים נוראים, און ארומגעגאנגען די בימה בשעתן זאגן די פסוקים פון אלע זיבן הקפות חתן וקהל. דער קלימאקס איז געווען ווען דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די פלאם פייערדיגע "הקפות" מיט די נייע ספר תורה, ובו ירוץ צדיק בעוז ותעצומות, וינועו אמות הסיפים, ווען די שמחה האט דערגרייכט עד לב השמים.


נאך די הקפות האט דער קאפעליע אנגעהויבן דעם ניגון 'כי אורך ימים' מיטן אויספיר 'אורך ימים ושנות חיים לכל ישראל' וואו מען האט געזינגען אין סאדיגורא זינט די שרעקליכע מלחמה האט אויסגעבראכן אין ארץ ישראל, ווען דערביי איז דער רבי מעודד די ריקודין בכל כוחו. דערנאך האט הגה"צ ר' פנחס שפירא אבד"ק סאדיגורא תל אביב פארגעזאגט שמע ישראל, און הנגיד ר' אלימלך שפירא האט פארגעזאגט מזמור לדוד חזן והקהל, נאכגעפאלגט מיטן מעמד שאו שערים וואו דער רבי האט אריינגעפירט דעם ספר תורה צום ארון הקודש לקול תרועת הזמר.


נאך מעריב איז מען אריבער צום שטאטישן אודיטאריום וואו עס איז געווארן צוגעשטעלט סעודות באזונדער פאר די בעלי בתים, באזונדער פאר די יונגעלייט, און באזונדער פאר די בחורים, און דערנאך די צענטראלע התכנסות רבתי לכל הקהל הקודש א אינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, אויף א פראכטפולן פארנעם.


דברי פתיחה איז געהערט געווארן דורכן מנהל המוסדות הרב אהרן טירהויז הי"ו. א קורצע צייט אריין אינעם סעודה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד און זיך געוואשן צום סעודת מצוה. דער יושב ראש המעמד הרה"ח ר' מרדכי שלמה כהן הי"ו האט אויפגערופן דעם פטרון המעמד הרבני הנגיד ר' יששכר קנאל הי"ו צו איבערגעבן דברי זכרון אין אנדענק פונעם רבי'ן זצ"ל און דערנאך האט מען געהערט די דרשה נפלאה דורכן אורח הכבוד הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א וועלכע האט אין זיינע רייד מעלה געוועהן זכרו של אותו צדיק, ידידו ורעו דער סאדיגורא רבי זצ"ל, און ארומגערעט שטארקע דברי חיזוק איבער קביעת עיתים לתורה. 


דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברי חרוזים לרגל המאורע וואו ער האט מיט גראמען אראפגעלייגט דעם גאנצן מעגל השנה במחציתו פונעם פריערדיגן רבי'ן, ועל כולם די לעכטיגע ימים טובים וואס האט יעדן בארירט. ווידער אמאל האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה של שמחה דאסמאל אויף די סקולענער ניגון 'חיים שתהא בנו אהבת תורה ויראת שמים' אויף וואס דער רבי האט אריינגעקאכט און מעודד געוועהן די ריקודין פאר לענגערע מינוטן.

דער רבי האט דאן משמיע געווען אמרי קודש, ארומרעדנדיג איבער'ן מהות פון זיין גרויסן טאטן דער רבי זצ"ל וואס איז געוועהן כל כולו תורה, און אין אזא הייליגע נאכט ווען זיין נשמה געפונט זיך דא מיט אונז ליגט א פליכט אויף יעדן זיך מקבל צו זיין א קבלה טובה בחיזוק לימוד התורה, און קביעת עיתים לתורה וואס דער רבי זצ"ל פלעג שטענדיג פאדערן פונעם עולם.


מיט ברכת המזון על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הגאון ר' אייזיק שולמאן ראש כולל סלאבאדקא לאנג יעריגער חברותא פונעם רבי'ן זצ"ל. דער מעמד האט זיך געשלאסן צוויי אזייגער ביינאכט מיט א פייערדיגן ריקוד, דער רבי האט דערנאך פארטיילט מתנות פאר א צאל יחידי סגולה, נדיבים בעם, וואס האבן געדעקט א גרויס טייל פון די נייע ספר תורה, און דאן געזעגענט אלע געסט פון אויסלאנד וועלכע ההאבן זיך אהיימגעקערט למקומות מושבותיהם.















Comments


bottom of page