top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות אלפי ישראל אין לעיקוואוד באגלייטן המשגיח הגה"צ רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל למנוחת עולמים

דאנערשאג פ' שמות • כ"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


צענדליגער טויזנטער אידן האבן זיך באטייליגט נעכטן ביי דער גרויסער לוי' אין לעיקוואוד, וואו מ'האט באגלייט למנוחות הגאון הצדיק המפורסם רבי מתתיהו חיים סאלאמאן זצ"ל, זקן המשגיחים אין 'בית מדרש גבוה' דלעיקוואד, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר.


אין די פריע פארמיטאג שעה'ן האבן זיך שוין אנגעזעהן מאסיווע הכנות אויף די לעיקוואדע גאסן, זיך צוצוגרייטן פאר די צענדליגע טויזענטער פארזאמלטע, בעפאר די לוויה האט זיך אנגעהויבן איז שוין געשאצט געווארן דורך די לאקאלע פאליציי א ציבור עצום פון נאנט צו פופציג טויזענט אידן פארזאמלט אויף די גאסן ארום ישיבה בית מדרש גבוה.


א ריזן ציבור האט זיך פארזאמעלט אין היכל הישיבה זעלבסט וואו עס האט זיך געשּפירט דער געפיל פון יתמות און צובראכנקייט, דא בין כותלי הישיבה וואו אזויפיל טויזנטער אידן האבן געשעפט חיות און חיזוק פונעם משגיח, איז מען אצינד זיך צוזאמגעקומען באוויינען די גרויסע אבידה, און דאס זעלבע במשך די גאנצע לוי' האט מען פון יעדן געהערט בכיות עצומות מאין הפוגות. אלע בתי מדרשים אין אזוי אויך די ריזן חדר אוכל אין די ישיבה זענען געוועהן איבערגעפילט עד אפס מקום, אויך די גאסן ארום דעם ישיבה זענען געווען שווארץ פון טויזנטער טויזנטער אידן, זקנים עם נערים אין שפיץ פון פילע רביים און רבי'ס, ראש ישיבות ומרביצי תורה שליט"א וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פאר'ן זקן המשגיחים.


על פי הוראתם פון די גדולי ראשי הישיבות האבן אלע תלמידי הישיבות הקדושות פון לעיקוואד אין נאך ליטווישע ישיבות פון אויסער די שטאט - הקטנים עם הגדולים אנטייל גענימען ביים לוי', אויך די בית יעקב אלו הנשים די עלטערע  מיידלעך פון די מוסדות אין סעמינארן פון שטאט האבן מיטגעהאלטן די לוי' אויף די ארומיגע גאסן לויט די גדרי הצניעות, די גרויסע לוי' האט געפירט צו א טיילווייזע ביטול מלאכה אין  פילע געשעפטן לענגאויס לעיקוואוד האבן אפגעשפּארט אין לויף פון די שעות פון די לוי'.


אנגעהויבן די רייע מספידים האט הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש הישיבה, און דערנאך האבן מספיד געווען די אנדערע ראשי הישיבה הגאון הגדול רבי ירוחם אולשין שליט"א, הגאון הגדול רבי ישראל ניומאן שליט"א, און הגאון הגדול רבי דוד שוסטאל שליט"א. דערנאך האבן מספיד געווען עטליכע גדולי הדור און גאוני תורה, הגאון רבי אלי' ברודני שליט"א ראש ישיבת מיר פלעטבוש, הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבה סט. פאולסבורג, הגאון רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד, הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק, הגאון רבי יצחק סורוצקין שליט"א ראש ישיבת מתיבתא דלעיקוואד, הגאון ר' שמואל שרגא קעלער ראש ישיבת טעלז, הגאון רבי מרדכי יוסף קארנובסקי משגיח ישיבת געיטסהעד, און חתנו הגאון רבי בנימין דזשעיקאבס ר''מ בישיבת קרן התורה.


צווישן די משתתפים האבן זיך אויך אנגעזעהן ביי די לוי' האדמור''ים מסקולען מאנסי, סקולען לעיקוואד, נאבאמינסק, ראחמיסטריווקא אוקענוויין, וויעליפאלי, תולדות מרדכי וויז'ניץ, אין נאך.


נאך גאנצע פיר שעה פון הספדים האבן די מאסן פארזאמלטע באגלייט דעם גרויסן נפטר אויפן לעצטן וועג, דורך די גאסן פון 7th סטריט אין פארעסט עוו, פון דארט איז די ארון ארויסגעפארן קיין ארץ ישראל פון די קענעדי לופטפעלד, און מארגן דאנערשטאג ביינאכט וועט פארקומען די גרויסע לוויה ביי ישיבת מיר אין ירושלים במעמד אלפי ישראל.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.



























bottom of page