top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידיבעלזא אין מאנטריאל באוויינען פריצייטיגע פטירה פון הר"ר מרדכי וועבער ז"ל מגדולי עסקני הקהילה

זונטאג פ' וארא • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

חסידי בעלזא אין מאנטריאל האבן דעם דאנערשטאג מיט צער און ווייטאג באגלייט למנוחות דעם עסקן הדגול לכל קדשי חצר הקודש בעלזא, ר' מרדכי וועבער ז"ל וועלכער איז פריצייטיג נפטר געווארן אינעם יונגן עלטער פון 37 יאר נאכ'ן זיך מוטשען ל"ע מיט די ביטערע מחלה די לעצטערע תקופה.


ר' מרדכי איז געווען אן ענערגישער עסקן נמרץ, מסור בלב ונפש און רוח החיים פון עסקנות פאר ק"ק בעלזא אין מאנטריאל, און ווי א געטרייער זעלנער געשטאנען אלעמאל גרייט מיט א מסירת נפש לעשות רצון קדשו פון מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


ר' מרדכי איז געוועהן א בנן של קדושים, זיין פאטער הרה"ח ר' אליעזר חיים וועבער שיחי' איז אן איידעם ביי הרה"צ ר' יוסף גאלדמאן זצ"ל מזוועהיל, נכד הרה"ק ר' מרדכי מזוועהיל זצ"ל וואס דער נפטר האט געטראגן זיין הייליגן נאמען.


ער איז געוועהן א איידעם ביי הרבני הנגיד ר' רפאל הערצאג הי"ו מהיושבים ראשונה במלכות בעלזא, און מחשובי חסידי בעלזא אין מאנטריאל, וואו ר' מרדכי האט גאר אסאך ארויסגעהאלפן דארט אין שטוב וואס דינט אלס א בית וועד לחכמים פאר גדולי ישראל, און באופן כללי מיטן הכנסת אורחים אין דעם אפענעם שטוב.


אין די לעצטע תקופה זינט ער איז נישט געזונט געווארן האט כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט"א געבעטן פון ר' מרדכי ער זאל נעמען אויף זיך דעם עול פון די כוללים אין מאנטריאל וואס האט געהאלטן ביי א מצב פון צוזאמענבראך, כאטש ער האט זיך שטארק געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה, איז ער פארט אנגעגאנגען מיט מסירת נפש, ביז'ן לעצטן טראפ כח, צו שאפן די ריזיגע געלטער און זיינע עסקנות'דיגע ראלעס.


ער לאזט איבער נאך זיך א קינדער-געבענטשטע שטוב מיט אכט יתומים. די לוי' איז פארגעקומען דאנערטשטאג מיטאג אין מאנטריאל און וועט היינט זונטאג אנקומען קיין ארץ ישראל לקבורה אויפן חלקה דקהל מחזיקי הדת אויפן הר המנוחות.


ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ויאמר לצרות ישראל די



Comentários


bottom of page