top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עֶבֶד מֶלֶךְ • האד' מסאטמאר באשיינט ביי חתונה פונעם הויז בחור החתן ליפא דייטש ני"ו

דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פאריגע וואך האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה פונעם געטרייע משמש בקודש און הויז בחור החתן חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו וועלכער האט באדינט דעם רבי'ן שליט"א די לעצטע עטליכע יאהר מיט א זעלטענעם נאמנות.


די רבי שליט"א האט מסדר קידושין געווען ביים חופה, און שפעטער אויפדערנאכט זיך צוריקגעקערט צום שמחת החתונה אין די זאל פון כינור דוד, די רבי שליט"א האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און אנגעוונטשן פארן חתן מחותנים און זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און דאן אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן יד ימינו.


ערב שבת באווארפן האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פארן חתן בביתו נאווה קודש, און דערנאך געוונטשן מזל טוב פארן חתן און די בעלי השמחה.


אין די יעצטיגע תקופה איז אויפגענימען געווארן א נייע הויז בחור לפני ולפנים, הב' שניאור זלמן עקשטיין ני''ו ממצויני תלמידי המתיבתא ד'קרית יואל משמש צו זיין דעם רבי'ן שליט"א און אנהאלטן די אלע תפקידים אינעם רבינס שטוב וואו הזכרות, באגלייטן דעם רבי'ן שליט"א צום ביהמ"ד און ישיבה, אנגרייטן די מאכלים און אזוי ווייטער.








































Comments


bottom of page