top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים וועט פראווען יו''ט שבועות בקרב עדת צאן מרעיתו בקרתא דשופריא

דינסטאג פ' במדבר - כ"ה אייר תשפ"ג | קול בחצרות


תלמידי וחסידי סאטמאר אין ארץ הקודש זענען איינגעהילט מיט התרגשות זיך גרייטענדיג צום געהויבענעם יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה, ווען מ'וועט האבן די זכיה צו וויילן במחיצתו הבהירה פון הגה"צ אבד"ק ור"ם סאטמאר ירושלים שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


דער רב שליט"א וועלכער וואוינט שוין אין ניו יארק א שיינע פאר יאר, קומט כסדר צו פארן קיין ארץ ישראל באזוכן בקרב קהילתו און מיטהאלטן פון די נאנט די פעולות נשגבות שע"י הקהילה והמוסדות בעיר ה' שמה. אצינד איז דער רב שליט"א נעתר געווארן לבקשת אנשי שלומו תלמידי וחסידי סאטמאר בארץ הקודש, צו קומען פראווענען א געהויבענע יום טוב שבועות בקרתא דשופריא, און מאציל זיין מהודו אויף קהל עדת צאן מרעיתו.


אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט פיבערהאפטיגע הכנות לקראת די געהויבענע יום טוב, די וועד האש"ל גיבט זיך אפ אהערצושטעלן אכסניות אש"ל מלא פאר די הונדערטער געסט וואס קומען צו פארן פון אלע שטעט אין ארץ ישראל, און אין די זעלבע צייט איינרישן די בתי מדרשים אין ירושלים עיה"ק צו קענען אנטפאנגען דעם ציבור האלפים אויף יום טוב שבועות, און דעם נאכפאלגענדן שבת פרשת נשא.


לויטן פלאן וועט מען אויפשטעלן א ריזן שאטער פארנט פון ביהמ"ד הגדול אהל רחל דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף רחוב יואל, וואו עס וועלן פארקומען אלע גרעסערע מעמדים דורכאויס יום טוב, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור.

bottom of page