מוצאי שבת פ' וירא • כ' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בהדרת כבוד האבן חסידי סערט וויז'ניץ תושבי עיר הבירה לאנדאן מקבל געוועהן את פני הקודש פון מורם ורבם כ''ק האדמו''ר מסערט וויז'ניץ שליט''א וואס איז געקומען צו פארן קיין לאנדאן לפאר על ראש שמחתו לרגל די ברית פון אן אייניקל, בן הנולד לבנו הצעיר הרה''צ רבי שלום עוזר האגער.
מאנטאג נאכמיטאג האט די רבי שליט''א געלאנדעט אין די היטרו לופטפעלד אין לאנדאן אין באגלייטונג פון די משמשים בקודש אין צענדליגער חסידים וועלכע זענען געקומען צופארן פון ארץ ישראל.
נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד הקריאת שמע ליינען אין שטוב פונעם מחותן הגה''צ אב''ד טשארטקוב לאנדאן שליט''א, מען האט געליינט קריאת שמע אין געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט די רבי פארטיילט מטבעות לשמירה פאר די חסידים אין אלע משתתפים.
באנאכט האט זיך די רבי שליט''א משתתף געוועהן ביי א חתונה לבן אחד מחסידיו אין די זאלן פון יסודי התורה וואו די רבי איז געטאנצן מצוה טאנץ. דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צום סעודת הוואך נאכט בבית מחותנו הגה''צ אב''ד טשארטקוב לאנדאן שליט''א.
דינסטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה אין טשארטקובער ביהמ''ד, מיט סנדקאות איז מכבוד געווארן די זיידע כ''ק האדמו''ר מסערט וויז'ניץ שליט''א, די ברכות האט געזאגט די זיידע הגה''צ אב''ד טשארטקוב שליט''א, ויקרא שמו בישראל 'יהושע זאב' נאכן זיידן כקש''ת הגה''צ אבד''ק ליעזש זצ''ל. עס האט נאכגעפלאגט מיט די סעודת ברית, וואו עס האבן זיך אויך משתתף געוועהן האד' מסאדיגורה לאנדאן אין האד' מביאלא לאנדאן.
אין די נאכפאלגענדע טעג איז די רבי שליט''א ארויף לבתי נדיבים בעם אין שטאט לחיזוק ולביסוס מוסדותיו הק', צווישן אנדערע האט די רבי באזוכט ביי הרבני הנגיד ר' אליש אנגלאנדער אין ביי שאר בשרו כ''ק האדמו''ר מביאלא לאנדאן שליט''א.
מיטוואך צופרי נאכן דאווענען בעצם יומא דהילולא פון זקינו הרה''ק בעל 'אהבת שלום' מקאסוב זי''ע האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים בבית האכסניא אינאיינעם מיט די חסידים וואס זענען מיטגעקומען אויף די נסיעה פון ארץ ישראל, דורכאויס די טאג האט די רבי שליט''א גענימען קוויטלעך פון די חסידים תושבי העיר לרגל האי יומא רבה כנהוג אין טאג פונעם יארצייט פון הרה''ק בעל 'אהבת שלום' זי''ע.







































Commenti