האד' ממחנובקא בעלזא וועט שיקן היסטארישע ספר תורה פון בעל שם טוב הק' צום הכנסת ספר תורה בחצה"ק סקווירא
- בחצרות הקודש
- 13 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' יתרו • ט"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

שטייענדיג און סאמע ברען פון די הכנות צום גראנדיעזע מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש סקווירא, האבן חסידי סקווירא אויפגענימען בחרדת קודש און יראת הרוממות די איבערראשנדע נייעס אז אויף די פערזענליכע בקשה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועט כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א ארויסשיקן די היסטארישע ספר תורה וואס דער רבי האט מירושת אבותיו הקדושים נבג"ם פונעם בעל שם טוב הק', צו באשיינען די חגיגת הכנסת ספר תורה וואס קומט פאר אין קארגע צוויי וואכן ארום.
די היסטארישע ספר תורה פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הק' איז אנגעקומען בירושה צו הרה"ק רבי איציקל מסקווירא זי"ע, און איז דערנאך אריבער דור אחר דור צו נכדו כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, טראגנדיג אן אומשאצבארע ווערד פון שווערע מיליאנען. די ספר תורה ליגט באהאלטן בבית גנזיו פונעם רבי'ן שליט"א אינעם פריוואטן ארון קודש במעונו, און ווערט באנוצט בלויז אין זמנים מיוחדים, וואו די הייליגע טעג, שמחות וכדומה.
אצינד האט דער סקווירא רבי געבעטן פון ידידו ורעו דער מחנובקא בעלזער רבי שליט"א א בקשה מיוחדת צו שיקן דעם הייליגן ספר תורה צום גרויסן חגיגת הכנסת ספר תורה, למען קדושת המעמד, צו מעורר זיין די הייליגע זכותים אויפן עבר און אויפן עתיד. דער מחנובקא בעלזער רבי שליט"א האט צוגעשטימט צום רבינס בקשה און וועט אין א אויסנאמליכע פאל יעצט איינמאל ארויסנעמען דעם ספר תורה וואס וועט זיך באווייזן במעמד קהל ועדה ביי דעם זעלטן היסטארישער מעמד.
דער רבי שליט"א וועט שיקן די ספר תורה מיט א שליח מיוחד פון ארץ ישראל און עס ווערן יעצט אויסגעארבעט די טעכנישע און לאגיסטישע דעטאלן ארום די פארצווייגטע אונטערנעמונג, צו קענען היטן אויף די קדושת ספר תורה בשעת די גאנצע נסיעה, און ארום.
Comments