מלכות שבמלכות: האדמור"ים לבית לעלוב געציילט "לעצטע ספירה" ביים קבר שמעון הצדיק כנהוג
- לפני 10 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
כמידי שנה בשנה האבן מרנן האדמור"ים שליט"א לבית לעלוב דעם מיטוואך נאכט ליל ערב יום טוב שבועות, פוקד געווען דעם ציון הק' פון שמעון הצדיק אין ירושלים, וואו די רבי'ס האבן געדאווענט מעריב און דערנאך געציילט די לעצטע ספירת העומר וואו עס האבן זיך נוהג געווען די לעלובער רבי'ס לדורותם.
ווי נאר די נאכט איז צוגעפאלן האבן גרופעס חסידים אנגעהויבן שטראמען בזה אחר זה, וואו מען האט צוערשט געדאווענט מעריב און דאן געציילט די ספירה מיט א געוואלדיגן התעוררות וואו די אדמור"ים האבן געדינט אלס שליחי ציבור, נאכגעפאלגט מיט ריקודין עילאין.
צוערשט איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים וועלכע זענען געקומען צופארן פון בית שמש און אנדערע מקומות. נאכדעם איז אנגעקומען איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב בר אילן שליט"א אינאיינעם מיט א קבוצה חסידים. שפעטער איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון צפניה בראש קהל חסידיו און דערויף כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א.
שפעט ביינאכט זענען אנגעקומען די ברידער המשפיעים הגה''צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א און הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב. אויך כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכער פאררעכנט זיך אלס תלמיד פון הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי''ע איז אנגעקומען מיט פילע חסידים צום ציון הק' אויף תפילת מעריב און די לעצטע ספירה - מלכות שבמלכות.


























