top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שלושים יום קודם החג • פתיחת מגבית "קמחא דפסחא" בחצר הקודש וויז'ניץ

דאנערשטאג פ' שמיני • כ"ה אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם אנהייב וואך איז אינעם בנין ביהמ"ד הגדול בית וויז'ניץ אין בני ברק אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מעמד פתיחת מגבית "קמחא דפסחא" וואס ווערט פארטיילט דורכן רבינס שטוב פאר נצרכים אויף יו"ט פסח, עס זענען געוועהן אנוועזנד ביים מעמד די רבני ודיידי ק"ק וויז'ניץ און אלע גבאי הצדקה אין שפיץ פון מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועלכער האט משמיע געוועהן קורצע דברות קודש וברכה פאר אלע משתתפים און ארויסגעברעגנט די גרויסער זכות ארויסצוהעלפן טויזנטער משפחות אריינצוברעגנען א שמחת יו"ט אין זייערע שטובער.


עס איז געהערט געווארן א דרשה פונעם יושב ראש קחמחא דפסחא הרב הערשיל כץ משב"ק אדמור"י בית וויז'ניץ און ביים ענדע פונעם אסיפה האט די רבי געבענטשט די פלעשער וויין וואס וועט פארטיילט ווערן פאר אלע תומכי המפעל ספעציעל פאר די ד' כוסות.



























bottom of page