top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וצדיקים ישמחו ויעלצו לפני אלקים • גרויסארטיגע רבי'שע חתונה בחצרות תולדות אהרן - טאהש - קרעטשניף

דאנערשטאג פ' בהעלתך - י"ט סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחדרי חרדים


געהויבענע שעה'ן פון התרוממות עילאה וחדוות הנפש זענען די נאכט פאריבער אויף טויזנטער חסידים וואס האבן זיך מיטגעפרייט עד אור הבוקר ביי די שמחה הגדולה בחצרות הקודש תולדות אהרן - טאהש - קרעטשניף - וואס איז געפראוועט געווארן בקול רינה וצהלה ובהמון חוגג אינעם היכל בית מדרש הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.


אום אכט אזייגער פארנאכטס זענען די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם ערשינען צום מעמד הקבלת פנים ווי מען האָט געזינגן ניגוני דביקות מיט גרויס התעוררות, מיט דברי כיבושין האָט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים אהרן בריזל וועלכער האָט אַרויסגעברענגט דאָס גרויסקייט פון דעם מאָמענט, און אויסגערעכנט די גרויסע און הייליגע זיידעס, קדושי עליון שרפי מעלה וואָס קומען אַראָפּ פון גן עדן העליון, זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה.


נאכן באדעקן איז מען ארויס צו די מעמד החופה תחת כיפת השמים פאָרנט פון ביהמ"ד הגדול, דער האדמו"ר מגור גאס איז געווען שוואַרץ פונעם ריזיגן ציבור וואָס האָט מיטגעהאַלטן די געהויבענע מאָמענטן.


די זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א שליט"א האט מסדר קידושין געווען, און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א א פעטער מצד הכלה, די ברכות די זיידע כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, אין ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, דערנאך האבן די זיידעס האדמורי"ם מטאהש און תולדות אהרן משמיע געווען קארצע דברות קודש בגודל מעלת וקדושת הזמן און אנגעווינטשן דעם ציבור בברכות לרוב, און מהאט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, וואָס האָט יעדן אַריינגעצויגן אין א שמחה'דיגע אַטמאָספערע.


נאכן חופה האט די ציבור מיסב געווען צו די סעודת החתונה, אין אלע שטיבלעך און שטאקן בבנין בית מדרש הגדול איינגעטיילט איש על מחנהו ואיש על דגלו, ספעציעל איז סערווירט געווארן א רייכע סעודה אינעם זאל פון בית מדרש פאר די הונדערטער געסט חסידי טאהש וואס זענען געקומען צופארן מריחוק מקום לשוש ולשמוח בשמחת רבם, אין בשעת די סעודה איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ערשינען אינעם זאל און אפגעראכטן א שולחן לחיים, ווי מען האט געזינגען ניגוני שבח והודאה, די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש און די ציבור חסידים האט געהאט די געלעגנהייט אדורכצוגיין אל מול פני הקודש זיך וואונטשן בהאי עידנא דחדוותא.


12 אזייגער זענען די זיידעס האדמורי"ם מטאהש און קרעטשניף ערשינען צום שמחת החתונה אין היכל בית מדרש הגדול מחנובקא בעלזא וועלכע איז געווען אויסגעשטאט מיטן מאקסימום פלאץ און איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום ממש מיט טויזנטער חסידים, די אדמורי"ם זענען ענטפאנגען געווארן לקול מצהלות החסידים וועלכע האבן זיך געהויבן אין די לופטן מיט גרויס התלהבות, די טאהש'ער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, און געוואנטשן לחיים לכל העם הנאספים, דאן איז ערשינען די זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן ווערנדיג אויפגענימען לקול תרועת הזמר, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, ווען צוליב די שפעטע שעה איז נישט געווען קיין געלעגנהייט אדורכצוגיין וואונטשן מזל טוב, און מען האט ממשיך געווען אין געהויבענע און פריילעכע ריקודין.


די אבי הכלה הגה"צ אב"ד קרעטשניף ביתר האט געבענטשט על הכוס, מיט די שבע ברכות איז מכובד געווארן די דאפלטע פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א פון בני ברק, און מיט ברכה אחריתא די דאפלטע פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א.


די שמחה איז באשיינט געווארן דורך מערערע אדמו''רים ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם מנדבורנא - דאראג - שאץ - קאמרנא ב"ב - ליטשיק - בערגסאז ב"ב, די פעטער'ס האדמורי"ם מפרמישלאן - קרעטשניף ק"ג - טרעבישאן - קרעטשניף טשערנוביץ - מיאלען - זידיטשוב ווערצקי און נאך, ספעציעל האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פונעם בעל אכסניה של שמחה כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א וועלעכע האט זיך משתתף געוועהן ביים די חתונה פאר העכער צוויי שעה אין מיטגעהאלטן די מצוה טאנץ פון די זיידע'ס האדמו''רים, בשעת די שמחה האט זיך די מחנובקא בעלזא רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט מחותנו די זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן און מיט די זיידע כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א.


אום 1:30 האט מען צוגעטראטן צו די מעמד המצווה טאנץ, בדחנא דמלכא ר' וואלף אלפרוביץ האט אויסגעריפן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א צום מצווה טאנץ, און דאן איז די רבי געטאנצן לפני הכלה מיט גרויס התלהבות, און דערנאך א ריקוד מיט די חתן און מחותנים.


דאן האט בדחנא דמלכא ר' יוסף מאיר הערשקאוויטש גענומען דאָס וואָרט, און מיט הערליכע חרוזים אויפגערופן דעם אורח הדגול די גרויסע זיידע כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, און מיט א חרדת קודש ארומגערעט פון די אבות הקדושים שרפי מעלה וועלעכע טוהן באשיינען די שמחה משמי מעל, נאָכ'ן זינגן ניגוני התעוררות, האָט די רבי אָפּגעראָכטן די געהויבענע עבודה פון די ריקודין של מצוה, בעת דער ציבור פון אַלע זייטן האָט זיך געהויבן אין די לופטן, פרוק ית ענך מפום אריוותא ואפיק ית עמיך מגוי גלותא, שפּעטער האָט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט די ריקודין מיט די חתן ווען אינצווישן זענען אַריינגעקומען אינעם רינג די גאַנצע משפּחה קינדער און אייניקלעך פון רבין.


אום 3 אזייגער סמוך לעלות השחר איידער כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האָט צוגעטרעטן צום מצוה טאַנץ, האָט מען א לענגערע צייט געזינגן ניגוני התעוררות און דביקות כהכנה דרבה, און דאן האט די רבי צוגעטרעטן צו דער עבודת הריקודין, און מיט א רגש אש קודש געטאַנצן לפני הכלה, וינועו אמות הסיפים פון דעם געוואַלדיגן התרגשות וואָס האָט יעדן אַרומגענומען. בפרט ווען מען האט איבער געזינגען איין מאל אין נאכאמאל "אין עוד מלבדו" מיטשלעפּענדיג דעם גאַנצן ציבור צו אַן גרויסן התעוררות, באזונדער איז די רבי געטאנצן מיטן מחותן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, און א פייערדיגע ריקוד מיטן שוואגער און מחותן כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, דערנאך זענען די אדמורי"ם געטאנצן אינאיינעם מיט זייער שוואגער כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב בני ברק, די געהויבענע ריקודין פונעם רבין שליט"א האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט בהתרוממות והתעלות מבואו ועד צאתו.


דערנאך האט מען אויסגעריפן דעם אבי החתן הגה"צ אב"ד תולדות אהרן קרית יואל שליט"א צום ריקודין לפני הכלה, און דאן דער אבי הכלה הגה"צ אב"ד קרעטשניף ביתר, ווי מיט הארציגע דברי חרוזין האט ער מעלה געווען זכרו הטהור פון זיין גרויסן שווער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ק"ג זכר צדיק לברכה, און זיין שטארקע התקשרות צו הרה"ק מטאהש זי"ע, דערנאך איז די חתן געטאנצן לפני הכלה, עס איז שוין געווען קרוב צו 5:30 צופרי ווען מען האט פארענדיגט די שמחה הרוממה.







































































































































































































bottom of page