top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מקדש מלך • האד' מבאבוב-45 וועט ארויספארן אויף א היסטארישע שבת מחוץ לעיר תוך אמונה עם סגולה

זונטאג פ' תרומה • ב' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס עקסטאז און אין התרגשות, האבן חסידי באבוב-45 אויפגענומען די ערשטע פרטים איבער דער היסטארישער שבת 'מקדש מלך' וואס וועט אפגעהאלטן ווערן תוך אמוני עם סגולה, דעם קומענדיגן זומער הבעל"ט.


ווי שוין פראקלאמירט ברבים ביים גרויסארטיגן צוזאמקום אין פארגרייטונג צום לעצטיגן 'בית חיינו' קאמפיין, האט כ"ק האדמו''ר מבאבוב-45 שליט"א, אין א זעלטענע שריט, באוויליגט ארויסצופארן אויף א שבת מחוץ לעיר, אינאיינעם מיט די תומכים וידידים וואס וועלן אריינברענגען דעם מינימאלען אונטערנעמונג פון $5,400, בנוסף צום התחייבות פון $18,000 וועלכע די חסידים האבן זיך אונטערגענומען צו לייסטען מיט עטליכע יאר צוריק, בים אנהייב פון קרן הבנין פראיעקט.


ובכן, וועט דער קומענדיגער שבת פרשת קדושים צונויפברענגען מאסן חסידים פון נאנט און ווייט, וואס לייסטן מיט געלט און קראפט פאר דעם אויפבוי פונעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש, אויף דעם דערהויבענעם שבת מעין עולם הבא אין די עלעגאנטער 'ארמון האטעל' אין קאנעריקוט.


כאטש וואס עס איז נישט די ערשטע מאל וואס כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארט ארויס אויף א שבת מיט א ציבור אידן, איז עס אבער דאסמאל אויף א מאסיווע פארנעם ווי קיינמאל בעפאר. לויט די יעצטיגע שאצונגען זענען ערווארטעט אין די הויכע הונדערטער געסט, גבורי חיל ונדיבי לב.


צו קענען געבן א געלעגנהייט פאר יעדן מיטצוהאלטן דער היסטארישער שבת, ווערן ארויסגעשטעלט צוגענגליכע השלמה אפציעס פאר די חסידים, צו קענען משלים זיין צום ציל, אנצוקומען צו $5,400.






bottom of page