זונטאג פ' וישלח • ז' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בהדרת כבוד גרייט מען זיך אינעם עיר התורה והחסידות לעיקוואד צו מקבל פנים זיין דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער וועט מאציל זיין מהוד תפארתו על פני העיר, ביים ביקור קודש וואס דער רבי נעמט אצינד אונטער אלס טייל פון די מסעי קודש ארומפארנדיג ברחבי תבל לטובת די הרחבת גבולי הקדושה פון הקמת בנינים כבירים אינערהאלב די וואקסנדע אימפעריע פון מוסדות וקהלת וויזניץ אין לאנדאן.
דער הויכפונקט פונעם באזוך וועט זיין דער שבת מרומם וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן בקרב עם סגולה חסידים ומעריצים תושבי עיר לעיקוואוד דעם קומענדיגן שבת פ' וישב, ווען דער רבי איז נעתר געווארן להזמנתו פונעם שוואגער הגה"צ רבי שאול שמחה פריעדמאן אב"ד שמן לשמחה נאדפאלי, וועלכער האט איינגעלאנדעט דעם רבי'ן צו פארבלייבן אויף שבת און מעריך זיין די תפילות און טישן בקרב השכונה.
באזונדער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס התרגשות און פרייד ביי וויזניצע חסידים תושבי אמעריקע, אז דער רבי וועט אנצינדן די ערשטע חנוכה-ליכטל בקרב חסידי וויזניץ אין אמעריקע, וועלכע וועלן האבן די זכי' להתחמם באורו הבהיר פונעם רבי'ן און זיך ווארעמען ביי די הייליגע שעות פון הדלקת נר ראשון דחנוכה וואס וועט זיין א זעלטן געהויבענע איבערלעבעניש. די עסקנים זוכן נאך א פאסיגן ארט פאר'ן מעמד הדלקת הנירות, א מקום רחבת ידים וואס זאל קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור וואס רישט זיך שוין געשפאנט צו קומען צו פארן פון אומעטום מיטצוהאלטן דעם מעמד קודש בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א.
תגובות