top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דעטרויט • האד' מקארלין סטאלין וועט אנקומען קיין אמעריקא צום הילולא פון דודו הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע

זונטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר

ברגשי קודש גרייטן זיך חסידי קארלין סטאלין אפצורעכטן די הילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש רבי יעקב חיים מסטאלין זכר צדיק לברכה וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן דינסטאג ו' אייר, כמידי שנה בשנה וועט כ"ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט"א קומען צו פארן קיין אמעריקא אין פראווען די הילולא במקום מנוחת קדשו אין דער שטאט דעטרויט אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון איבער גרעיטאר ניו יארק וועלכע וועלן קומען מיטהאלטן דער יומא דהילולא בצל הקודש.


דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין ניו יארק מארגן מאנטאג, דינסטאג צופרי אנקומענדיג קיין ניו יארק וועט די רבי דאווענען שחרית אינעם לופטפעלד אין באלד פארזעצן די נסיעה מיט א פריוואטער פליגער קיין דעטרויט, נאכמיטאג וועט די רבי פוקד זיין דעם ציון הק' און דאן מעריך זיין שולחנו הטהור אין די סעודת הילולא אין א גרויסן זאל נישט ווייט אוועק פונעם ציון הק' אין דעטרויט.


דינסטאג אויפדערנאכט וועט זיך די רבי צוריקקערן קיין בארא פארק וואו די רבי וועט איבערנעכטיגן. מיטוואך אין לויף פונעם טאג וועלן זיין זמני כניסה פאר די חסידים אריינצוגיין אל הקודש פנימה, אויפדערנאכט וועט זיך די רבי שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארצינו הקדושה.

Comments


bottom of page