הונדערטער אידן באגלייטן הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל למנוחת עולמים ביי לויות אין ירושלים, חיפה און צפת
- בחצרות הקודש

- לפני 6 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:יוסי לוי
דעם זונטאג איבערן טאג האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחת עולמים רב האי גאון וצדיק כ"ק הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער זצ"ל אב"ד סערט וויזניץ ירושלים וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה דעם זונטאג מיטאג אין עלטער פון דריי און זיבעציג יאר.
א גרויסן ציבור מתפללים, מעריצים, חסידי סערט וויזניץ, קרובי המשפחה, און תושבי השכונה, אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים האבן זיך אייגעזאמאלט ביים ביהמ"ד סערט וויזניץ אויף די גרוסברג גאס ווי עס האט זיך אנגעהויבן דער מסע הלוויה. ווי דער מנהג אין וויזניץ זענען נישט אפגעהאלטן געווארן קיין הספדים. בלויז קורצע דברי פרידה איז געהערט געווארן פון הגה"ח ר' בן ציון לעבאוויטש הי"ו מחשובי העדה וואס האט זיך געזעגענט בשם הקהילה און מתפללי ביהמ"ד, און דערמאנט געהויבענע שטריכן פונעם רב זצ"ל וואס איז געווען נוח לשמים ולבריות, צדיק בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו.
נאכן רייסן קריעה איז די מיטה באגלייט געווארן ברחובה של עיר, דורך פילע אידן ובראשם אדמורי"ם ורבנים חשובים, בראש המלווים האבן זיך אנגעזעהן אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, די חשובע מחותנים האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, קרעטשניף, נדבורנא ירושלים, דזיקוב וויזניץ, גארליץ, לעלוב בראנוביץ, ביאלא ישרי לב, טאלטשאווא און גאב"ד מאקאווא אשדוד, אזוי אויך האדמורי"ם מבאסטאן, סוכוטשוב, קליוולאנד, טשאקאווא, דזיקוב גבעת זאב, הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא, הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד בנו בכורו פון האדמו"ר מדאראג, הרה"צ רבי שלום צבי סופר בנו יחידו פון האדמו"ר מערלוי, הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אבד"ק קרעטשניף, הגה"צ רבי חיים מרדכי ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ביתר, הרה"צ רבי שמעלקא ראזענבוים מנדבורנא, און נאך.
פון ירושלים איז די מיטה געפארן קיין חיפה דער היימשטאט פונעם רב ז"ל, ווי די מיטה איז אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד הגדול רמת וויזניץ אין חיפה, מקום שהתפללו בו אבותיו, כותלי ביהמ"ד יוכיחו, דארט אין דעם מקום קדוש וואו דער רב זצ"ל האט פארגעדאוונט די ווארימע תפילות אין די ימים הנוראים. אין ביהמ"ד האט אפגעווארט די מיטה כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וואס איז ספעציעל אריינגעקומען צום לוויה פונעם מקום הנופש אין צפת, אינאיינעם מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א. מען האט געזאגט א קאפיטל תהילים און די קינדער האבן געזאגט קדיש, דערנאך האט מען באגלייט די מיטה אויף די גאסן פון רמת וויזניץ א שטיק וועג. ביים לוויה אין חיפה האט זיך אנגעזעהן די מחותן הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז טברי' בן האדמו"ר מצאנז.
פון דארט האט מען געפירט די מיטה לקבורה קיין עיה"ק צפת ווי די חשובע נפטר איז געברענגט געווארן למנוחה נכונה ביים אריינגאנג צום בית החיים נעבן זיין שווער כ"ק אדמו"ר מסוליצא זצ"ל, סמוך ונראה צום ציון פון התנא הקדוש רבי פנחס בן יאיר, ווי האדמורי"ם מסערט וויזניץ, קאסוב וויזניץ, און די ברודער האדמו"ר משאץ וויזניץ האבן מיטגעהאלטן די לוויה ביז נאך די סתימת הגולל.
אויפן פעלד האט זיך אויך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א, און דער מחותן הגה"צ רבי יוסף קדיש בראנדסדארפער אבד"ק קנה בושם טבריה. נאכן קבורה האבן די קינדער הרבנים געזאגט קדיש, און בנו הגדול הרה"צ רבי ברוך האגער אבד"ק ברכת משה האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי פרידה בשם המשפחה, דערנאך האבן די אנוועזנדע אדמורי"ם ורבנים מנחם געווען די אבלים צווישן די שורות.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.























































































תגובות