הורי תלמידי תלמוד תורה "ברכת רמ"מ לעלוב" אין בארא פארק מיטגעהאלטן וויכטיגע אסיפת חינוך כהכנה לימי הקיץ
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם דאנערשטאג האבן די פילצאליגע הורי התלמידים פון תלמוד תורה "ברכת רמ"מ לעלוב" אין בארא פארק מיטגעהאלטן א וויכטיגע אסיפת חינוך, וואס איז פאררופן געווארן על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, נשיא המוסד.
דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין די זאלן פון "עטרת גאלדא" אין בארא פארק, און דערביי האט דער לעלובער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה קרוב צו א שעה צייט פאר אלע עלטערן און מחנכים אלס הכנה לימי הקיץ, און ארומגערעט וויכטיגע נושאים בעניני חינוך.
אינצווישן די ענינים וואס דער רבי האט מעורר געווען איז געווען יראת שמים, מידות טובות און חסידות, הדרכות ישרות פאר מלמדים, די אחריות אויף עלטערן, און זהירות איבער די טעכנאלאגישע כלים.
אויך האבן אויפגעטרעטן עטליכע חשוב'ע בעלי דרשנים און מחנכים שליט"א, צווישן זיי דער גאסט רעדנער דער מחנך הדגול הר"ר אליעזר יונה זילבערמאן שליט"א פון שיכון סקווירא.














