top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געמישטע געפילן: הב' אריאל שמאי באפרייט פון טורמע בעת ראש הישיבה הגרש"ב סורוצקין איז שרוי באבל על פטירת אמו ע״ה

  • sfbechatzros
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט א אומבאגרעניצטע התרגשות און שטורמישע פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי תלמידי ישיבת עטרת שלמה און ביי גאנץ כלל ישראל די בשורה טובה איבער די באפרייאונג פונעם אסיר ציון ומקדש שם שמים, הבחור החשוב אריאל שמאי ני"ו, תלמיד פונעם בארימטן ישיבה נעץ "עטרת שלמה", וועלכער איז נארוואס באפרייט געווארן נאך צוויי שווערע וואכן וואס ער האט געשמאכטעט אונטער די טורמע גראטעס אין די מיליטערישע תפיסה.


זיין ארעסט האט אנגעזייעט א שטורעם נאך וואס ער איז געווען כמעט דאס ערשטע ישיבה בחור פון א פראמינענטע ליטווישע ישיבה וואס מען האט איינגעשפארט אין טורמע, און האט ארויסגעברענגט טויזנטער אידן מוחה צו זיין בהמוניהם אין אלע חרדישע שטעט.

די בשורה טובה פון אריאל'ס באפרייאונג קומט אין צייט ווען מורו ורבו, הגאון המפורסם רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה איז שרוי באבל נאך די פטירה פון זיין חשובע מוטער הרבנית מרת לאה פייגא סורוצקין ע"ה, וועלכע איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון ניין און זיבעציג יאר, און איר לוויה קומט פאר אין די יעצטיגער נאכמיטאג שעות אין ירושלים.


די חשובע נפטרת מרת סורוצקין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הרב שלום דוב סילבער זצ"ל, און אשת חבר פון יבלחט"א הגאון רבי בנימין סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה און בעל נחלת בנימין, מיט וועם די רעבעצען האט אוועקגעשטעלט א הערליכן שטוב על אדני התורה והיראה אינעם באשיידענעם שטעטל טעלז סטאון, שטייענדיג אלע יאהרן לימינו מיט זיין הרבצת התורה.


די לוויה איז ארויס יעצט נאכמיטאג פונעם בית הלויות שמגר אין ירושלים וואו איר זוהן דער ראש הישיבה הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א האט מספיד געווען מיט יאמערליכע בכיות, פון דארט איז די לוויה ארויס צום הר המנוחות ווי די חשובע נפטרת וועט קומען לקבורה.

bottom of page