top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אש קודש נעמט ארום שלומי אמוני ישראל זיך גרייטנדיג צום כינוס אדיר 'אסיפת הצלה' בראשות הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג

מיטוואך פ' בשלח • י"ד שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


א פלאם פייער נעמט ארום טויזנטער אידן שלומי אמוני ישראל בארצינו הקדושה ווען עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די יערליכע ריזן 'אסיפת הצלה' שע''י חבורת 'אום אני חומה' קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע בראשות הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א וועט פארקומען דעם קומעדיגן מוצאי שבת קודש פרשת יתרו - קבלת התורה במקהלות אלופי אלפי ישראל אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק.


ווי ברייט באקאנט ווערט די לעצטע פאר יאהר אפגעהאלטן א כינוס אדיר 'אסיפת הצלה' פארופן דורכ'ן משפיע מפורסם אויסצוקלארן בשפה ברורה דעם חומר הענין פון די ביטערע כלים המשחיתים ונסיונות הדור, די אסיפה קומט פאר ביים ענדע פון די ירח האיתנים, און איז אויך דאס יאהר געווען געפלאנט אויף ליל שישי פרשת בראשית, דער כינוס איז אפגעשטופט געווארן אין ליכט פון די שווערע מלחמה צושטאנד בארצינו הקדושה וואס האט אויבגעבראכן פארלאפענעם שמחת תורה, א קארגע פאר טעג איידער די כינוס האט געזאלט פארקומען, אצינד איז מיט אן אש קודש פון 'נעשה ונשמע' באשטימט געווארן די פרישע דאטום פארן כינוס נשגב אויף דעם קומענדיגן מוצאי שבת קבלת התורה, די כינוס וואס וועט צונויפברענגען שווערע טויזנטער אידן לשמוע את דבר ה' למעננו ולמען דורותינו.


אנדערש ווי יעדער וואך ווען שלש סעודות בעת רעווא דרעווין ציהט זיך אריין ביז אין די שפעטע נאכט שעות מוצאי שבת האט די משפיע הרה''צ רבי צבי מאיר איינגעמאלדן אז ער וועט צוליב די נחיצות פון דעם כינוס ארויסגיין מגדרו אין מקצר זיין שלש סעודות כדי דער ציבור זאל קענען אנקומען קיין בני ברק צום כינוס באצייטענס.

bottom of page