תקנה קבועה אין בעלזא: נשות החסידות וועלן ביי הדלקת נרות שבת צינדן ליכט לזכותם פון פארוווארפענע נשמות
- לפני 55 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק
א זעלטנער און רירנדער כינוס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, פאררופן בהורמנא דמלכא פונעם רב שליט"א, בהשתתפות די גדולי דייני ורבני ק"ק בעלזא און הנהלת מוסדות התשובה 'צוהר - תורה ואמונה', ביי וועלכן עס איז אויסגערופן געווארן א באדייטנדע תקנה קבועה בפקודת הקודש, פאר אלע נשות חסידי בעלזא ביים צינדן די נרות שבת קודש, צו מוסיף זיין אן עקסטערע ליכט געווידמעט לזכותם פון אחינו בני ישראל, די פארוווארפענע נשמות וואס זענען ליידער דערווייטערט געווארן פון אידישקייט, אז זיי זאלן בקרוב זוכה זיין זיך אמצוצוקערן לאביהם שבשמים.
געעפנט דעם מעמד האט הגאון רבי פנחס פריעדמאן שליט"א, ראש ישיבת מבקשי השם, וועלכער האט בשליחותו פונעם רב שליט''א ארומגערעדט איבער די תקנת הקודש וואס ווענדט זיך צו די אידישע מאמעס ביים צינדן די ליכט בפניא דמעלי שבתא, ווען מען בעט זיך אויס פאר די אייגענע קינדער, אז ווער ס'קען און ס'איז נישט צו שווער זאל מוסיף זיין אן עקסטערע ליכט יעדע וואך וואס זאל זיין לזכות אחינו בני ישראל, אז זיי זאלן זוכה זיין בקרוב זיך אומצוקערן צום דרך התורה והיראה.
אין זיינע ווערטער האט ער דערמאנט וואס דער רב שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט צו די מנהלים פון די מוסדות התשובה: "וואס וועט זיין מיט דעם זיידנס ליכטל?", זיך באציענדיג צו די מעשה הידועה ביים פריערדיגן בעלזער רב זי"ע, וועלכער האט ביים צינדן די ליכט פון שלוש עשרה מידות אנגעצינדן ליכט פאר אידישע קינדער אין די ווייטע פארווארפענע מדינות, וואס האט יארן שפעטער מקרב געווען א איד צוריק צו אידישקייט.
ער האט אויך ארומגערעדט איבער דעם יסוד פון "המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה", אז דורך דעם וואס מען בעט פאר די פארוואגלטע נשמות, וועט דאס זיין א סגולה צו ביי די אייגענע קינדער זיי זאלן זיך האלטן בדרך הישר. ווי אויך האט ער דערמאנט פונעם ערשטן בעלזער רב, דער שר שלום זי"ע, אז דער זמן פון ליכט צינדן איז אן עת מסוגל ממשיך צו זיין ישועות ורפואות.
נאכדעם האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה דער מגיד מישרים הרה"ג רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט"א בגודל הענין, זייענדיג מרחיב איבער די גודל המסירות נפש פונעם רב שליט"א במשך אלע יארן מקרב צו זיין נשמות ישראל לאביהם שבשמים דורך די מוסדות "תורה ואמונה - צוהר".
בשעת'ן מעמד האט דער רב שליט"א אנגעפרענגט ביי די אנוועזענדע רבנים און דיינים אויב מען מעג עפ"י הלכה מוסיף זיין א ליכט יעדן ערב שבת קודש. ווען די רבנים האבן געענטפערט אז דאס איז אויסגעהאלטן, האט דער רב צוגעגעבן אז מוסיף זיין א ליכט איז אוודאי א גרויסער ענין, און ווער ס'קען דאס טאן תבוא עליו ברכה.
צום שלוס פונעם כינוס האט דער רב שליט"א פארטיילט ספעציעלע לייכטער פאר די רבנים און מנהלים פון ארגון צהר וואס זיי זאלן דערין צינדן די ליכט, און דער רב האט געבעטן א לייכטער פאר זיך און נאך א לייכטער פאר בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א.
צווישן די אנגעזעענע רבנים וואס האבן זיך אנגעזעהן ביים מעמד זענען געווען דער דיין הגאון רבי שמאי גראס שליט"א, הגאון רבי פנחס פריעדמאן שליט"א, דער דיין הרה"ג רבי יעקב אליעזר פארגעס שליט"א, הרה"ג רבי אהרן רובינפעלד שליט"א, ראש ישיבות בעלזא לצעירים אין ירושלים, הרה"ג רבי אשר לוסטיגמאן שליט"א, און הרה"ג רבי מנשה רייזמאן שליט"א.








































תגובות