top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנה ימים באים • גרויס התרגשות ביי חסידי מונקאטש צום חתונה הגדולה קומענדיגן ג' ויצא

מיטוואך פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


מאסן חסידים פון איבעראל ווערן ערווארטעט צו די גרויסע רבי'שע חתונה אין די מונקאטשער הויף, וואס וועט געפראוועט ווערן מיט גרויס פראכט און דערהויבענקייט, אין בארא פארק, מקום משכן קדשו פונעם גרויסן זיידן, כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, קומענדיגען דינסטאג פרשת ויצא.


בקול צהלה ורנה וועט גיין אונטער די חופה הכלה ב"ק תחי', אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, א טאכטער פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי יוסף הורוויץ שליט"א ראש כולל מונקאטש מיט החתן בנש"ק זוהן פון כ''ק האדמו"ר מבאסטאן פלעטבוש שליט''א, איידעם ביי הגה"צ אב"ד עטשעד שליט"א.


די שמחת עליה לתורה פונעם חתן וועט געפראוועט ווערן אי"ה דעם שבת קודש פרשת תולדות בבית מדרשו פונעם מחותן דער באסטאנער רבי שליט"א בית המדרש תפלה למשה ד'באסטאן אין פלעטבוש.


די גרויסע חתונה, אנגעהויבן פונעם קבלת פנים, וועט געפראוועט ווערן דינסטאג ויצא, אין די פרעכטיגע גרויסע זאלן פון "די פאלאס" ביים גרעניץ פון בארא פארק, אויף מעקדאנעלד עוועניו, בהמון חוגג ובהדרת כבוד ותפארה.


די געהויבענע חתונה הגדולה, וועט בעה"י נאכגעפאלגט ווערן מיט פרייליכע שבעת ימי המשתה, וואס וועט אי"ה געפראוועט ווערן ברגשי שמחה דורך ביידע צדדים.


באזונדער קוקן חסידים שטארק ארויס מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת קודש פרשת ויצא, שבת שבע ברכות, וואס וועט געפראוועט ווערן בצלא דמהימנותא פונעם גרויסן זיידן כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, במקהלות עם רב, ברוב פאר והדר, אינעם גרויסן מונקאטשער בית המדרש.


אויף דעם גרויסן שבת של שמחה ווערן ערווארטעט חסידים פון דער נאנט און ווייט. א שטאב פון געטרייע עסקנים זענען שוין אין די טעג פארנומען אהערצושטעלן דעם שבת של שמחה אויפן שענסטן פארנעם און צו קענען פלאצירן די פילצאליגע געסט פון איבעראל עצהיו"ט.


די געהויבענע שמחה'דיגע וואך וועט געשלאסן ווערן מיט דעם גרויסארטיגען שבע ברכות השביעית, וואס ווערט אפגעראכטן דורך דעם גרויסן זיידע'ן די מונקאטשער רבי, מאנטאג וישלח, אין גרויסן מונקאטשער בית המדרש.


מונקאטשער חסידים זענען שוין אנגעפילט ברגש גילת ורנן, און טוען ערווארטן מיט שפאנונג די געהויבענע שמחה בבית רבם ומאורם כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א. מען טוט זיך גרייטן מיט ווארימע געפילן און התרגשות מיטצוהאלטן די שמחת בית צדיקים, וואס אנטשפרעכט צו זיין גאר א געהויבענע און זעלטענע איבערלעבעניש.





Comments


bottom of page