top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב 45 וועט אפפליען קיין לאנדאן אויפצוטרייבן שטיצע פארן אויפבוי פון מרכז העולמי

זונטאג פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי באבוב 45 אין לאנדאן פיבערן מיט רגשי התעלות, כי הנה מלכך יבוא לך! זיך צוגרייטנדיג צום "ביקור הקודש" וואס כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן וואך פ' ויצא הבעל"ט, ווען דער רבי שליט״א קומט צו פליען ממעון קדשו אין ניו יארק כדי אדורכצופירן א היסטארישע אונטערנעמונג לטובת די אויפבוי פונעם בנין ביהמ''ד הגדול מרכז העולמי דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק און דערביי אויך מחזק זיין קהל עדת צאן מרעיתו בתוככי העיר המעטירה.


דאס קומט אין די זעבלדע צייט וואס עס איז פראקלאמירט געווארן א מאסיווע קאמפיין 'בית חיינו' אין וועלכן כלל חסידי באבוב 45 פון איבער די גארער וועלט וועלן זיך אנשליסן כאיש אחד ובלב אחד אין העלפן אוועקשטעלן דעם בית גדול וקדוש, צו שאפן אין אריינברענגען סכומים אדירים לטובת דעם ביהמ"ד הגדול.


די נסיעה פון רבי'ן שליט"א — וואס וועט אָנהאַלטן בלויז אויף פיר קאַרגע טעג — וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן זינטאָג פּרשת ויצא, ווען דער רבי שליט"א וועט זיך אַרויסלאזן פון ניו יארק, אין באגלייטונג פון א קבוצה נכבדה די חברי וועד קרן הבנין , אויפ'ן וועג קיין לאנדאן. דורכאויס'ן באזוך פון רבי'ן שליט"א וועלן אפּגעהאלטן ווערן עטליכע באַזונדערע ענגע באנקעטן פאר די נדיבים וועלכע שליסן זיך אָן מיט גרעסערע סכומים אינעם בנין הביהמ״ד הגדול וואָס איז אַצינד משאת נפשו פון רבי׳ן שליט״א, צו ערמעגליכן פאראויס צו גיין מיט דעם מולטי מיליאן דאללער פראיעקט, די רבי וועט אויף ארויפגיין צו א צאל גרויסע נדיבים בעם, וועלכע וועלן באשטייערן ריזיגע סכומים לכבודו פונעם באַזוך פון רבי'ן שליט"א, פאר'ן אויפבוי פון נייעם ביהמ״ד.


גלייכצייטיג וועט די רבי באזוכן אין די מוסדות התורה בנשיאותו דאראונטער די שפאגל נייע בנין הישיבה קטנה אין לאנדאן וואס איז נישט לאנג צוריק פארענדיגט כליל בהדרו ויפיו אין איז שוין באנייט געווארן צו דעם זמן הלימודים.


דער קלימאַקס און הויכפּונקט פונעם באזוך וועט זיין ביים ״כינוס כלל חסידי באבוב 45״ אין ענגלאנד, ווי דערביי וועט די רבי שליט''א משמיע זיין די צענטראלע דרשה פון דעם ביקור הקודש, דברי חיזוק והדרכה פאר כל קהלא קדישא הדין, אין אדרעסירן די חובת השעה אין די קריטישע הילף וואס פאדערט זיך פונעם היימישן עולם צו קענען גומר זיין דעם בנין ווי אמשנעלסטן.


אין לאנדאן זעלבסט קומען שוין פאר העפטיגע צוגרייטונגען אויסארבעטנדיג אלע דעטאלן פון דער ביקור הקודש אין די אַלע מאורעות ברוב פאר והדר מיט׳ן גרעסטן הצלחה.




bottom of page