שמחה עצומה אין וויזניץ: האד' מוויזניץ וועט זיך אומקערן למעון קדשו מארגן דינסטאג; מעמד הדלקה געפלאנט ליל ל"ג בעומר
- Bechatzros admin
- 12 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 12 במאי
מאנטאג פ' אמור • י''ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בשמחה עצומה האבן חסידי וויזניץ היינט ערהאלטן די גינסטיגע נייעס מטעם בית מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אז דער רבי וועט אי"ה זיך אהיימקערן לביתו נאווה קודש, נאך גאנצע צוויי חדשים וואס דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אין אויסלאנד לצרכי רפואה, נאך די קאמפליצירטע אפעראציע צו היילן דעם רבי'ן פון די ביטערע מחלה ה"י.
דער רבי שליט"א וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע וואך אין דאוואס שווייץ אויף אפרוה, וועט לויט די יעצטיגער פלענער ארויספארן מארגן דינסטאג, און וועט לאנדן אויף דער ארץ ישראל'דיגער באדן דינסטאג באנאכט.
דעם קומענדיגן דאנערשטאג ליל ל"ג בעומר וועט דער רבי שליט"א אנצינדן די מעמד ההדלקה ברוב עם הדרת מלך, אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ במקהלות אלופי אלפי ישראל, וויזניצער חסידים פון אלע שטעט און אפילו געסט פון אויסלאנד.
דער מעמד וועט זיך אנהייבן מיט א התרוממות'דיגע מעריב און ספירה הוד שבהוד, און וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט די מעמד ההדלקה מיט א אויסטערלישע שמחה הרוממה לכבודו פון התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי זי"ע, די מעמד וועט אין איינוועגנס אויך דינען אלס פרייליכע קבלת פנים פארן רבי'ן, בהודאה על העבר ובקשה על העתיד, עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזובונו חסדיך.









תגובות