top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שִׂמְחָה וְשָׂשׂוֹן לַיְּהוּדִים • שמחת פורים אין סאדיגורה אינאיינעם מיט שמחה אין רבינס הויף | גאלעריע

דינסטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


ווי באריכטעט האבן חסידי סאדיגורה דעם זונטאג בעצם יום הפורים אויפגענימען די פרייליכע נייעס איבער די געבורט פון א בן זכר למזל טוב ביי כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט''א, ווי נאר עס איז אנגעקומען די בשורה פארן דאווענען אין גרויסן ביהמ"ד אין בני ברק האבן די חסידים אויסגעבראכן אין פייערליכער טענץ, אין אפגעווארט דעם רבי'ן שליט''א בשירה וזמרה אנקומענדיג צוריק אהיים. א קורצע צייט דערויף איז די רבי ערשינען אין ביהמ''ד צום דאווענען, ביים ליינען האט די רבי עולה געוועהן לתורה אין געמאכט א מי שברך ליולדת, אין מען האט געזינגען 'קול רנה'.


נאכמיטאג איז געוועהן זמני כניסה וואו חסידים אין עמך אידן האבן געטראמט מיט משלוח מנות אין לברך ולהתברך לכבוד די שמחה במעון קדשו פון רבי'ן שליט"א, שפעטער באנאכט ביים משתה היין טיש האט מען אין א פרייליכע שטימונג ממשיך געוועהן די ריקודין נלהבים לכבוד היום אין לכבוד די שמחה, ווען די רבי שליט''א איז מעודד די ניגונים בכל כוחו ואונו פאר שעות ארוכות ביז שפעט אין די נאכט אריין.






































bottom of page