top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרימותי בחור • טויזנטער תלמידי הישיבות דחסידי בעלזא פארזאמלט ביים כינוס אדיר 'מאי בעלזא'

דינסטאג פ' יתרו • כ' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק אין יעקב נחומי


כאיש אחד בלב אחד האבן טויזענטער בחורי הישיבות דחסידי בעלזא זיך צוזאמגעקומען אויף א גרויסארטיגע כינוס פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט מוצאי חמשה עשר בשבט, זיך צו דערווארעמען און זיך דערהייבן העכער בשבילי התורה והחסידות.


די גרויסע כינוס מיטן נאמען "מאי בעלזא", איז פארגעקומען אין די גיגאנטישע געביידע פון די בניני האומה, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט די הונדערטער תלמידים פון ישיבות גדולות דחסידי בעלזא לענגאויס ארץ ישראל, ירושלים, בני ברק, אשדוד, ביתר, און בית שמש, תיכף נאכן עריכת שולחן הטהור פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לכבוד היום.


איינגעלייטעט דעם מעמד האט דער יושב ראש הרב אהרן שלמה וועטענשטיין, און דערנאך איז געצייגט געווארן א הערליכע פרעזענטאציע דורך הרב הגאון ר' פנחס פריעדמאן ראש הכוללים דבעלזא אין נאך חשובי העדה, איבער די געוואלדיגע התמדה און כח התורה פונעם געטרייען מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען א רייכע פאנעל מיט עטליכע גדולי הרבנים בחצר הקודש בעלזא, איבער פארשידענע יסודות און וויכטיגע ענינים איבער די מהות פון א בעלזא בחור, מען האט געהערט ווארעמע געדאנקען און יסודות פון הגאון ר' שלמה בינעט דיין אין בעלזא, הגאון ר' שמאי גראס דיין, און הגאון ר' שמואל יעקב לאנדא.


דערנאך האט דער טויזענט קעפיגער ציבור אינאיינעם געזאגט פרקי תהלים לעורר רחמים פארן ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א מרן ישכר דוב בן מרים, יתחדש כנשר נעוריו בבריות גופא ונהורא מעליא, אלס שליח ציבור איז צוגעגאנגען דעם רב'ס אייניקל הרב אברהם סאפרין.


אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם משה לאמפין, משפיע אין די בעלזא קהילה אין מאנטשעסטער, וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן אויפטרעטן ביי די דאזיגע כנסיה לשם שמים, צווישן די דרשות האט מען געהערט פרקי שירה וזמרה דורך די בארימטע נשמה קאפעליע, ניגוני תורה והודאה בהתעוררות רב.


צום הויכפונקט פונעם מעמד האט מען געהערט די משא המרכזי פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ווי אין א לענגערע שמועס האט ער איבערגעגעבן א רייע יסודות און הדרכות פאר יעדן חסידישן בחור, וויאזוי א בעלזא בחור דארף זיך פירן ברוחניות ובגשמיות, בעניני תורה ועבודת השם, און ערליכע התנהגות אויף א באשיידענע פארנעם, צו מיט די לבוש, אדער סתם אזוי ביי טאג טעגליכע אקטיוויטעטן.


נאכן דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, און אלע בחורים זענען אריבער איבערגעבן די קבלה צעטלעך פאר הרה"צ ר' אהרן מרדכי, וועלכער וועט דאס איבערגעבן אל הקודש פנימה פארן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.






































Comments


bottom of page