האד' מקאסוב צוגאסט אויף קומענדיגן שבת פ' יתרו בצל קדשו פון האד' מפשעווארסק אין אנטווערפען
- בחצרות הקודש

- 31 בינו׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' יתרו • כ"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע שריט וועט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א אפצורייזן קיין אנטווערפען, להסתופף בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, אויף דעם שבת פ' יתרו - קבלת התורה.
שוין א לענגערע צייט וואס דער קאסובער רבי האט אויסגעדריקט געוועהן רצון קדשו, צו מיטהאלטן א שבת אין פשעווארסקע הויף, נהנה צו זיין מאור תורתו וצדקתו פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט''א מגדולי צדיקי הדור. אצינד ווען די קאסובער רבי שליט''א האלט זיך אויף א דייטשלאנד לצרכי רפואה האט די רבי באשלאסן אונטערצונעמען די נסיעה קיין אנטווערפען בעלגיע אויף דעם קומענדיגן שבת הבא עלינו לטובה, שבת פרשת יתרו.







תגובות