קוֹל רִנָּה וִישׁוּעָה • גרויסארטיגע רבישע חתונה בשמחת בית דאראג
- בחצרות הקודש

- 23 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 25 בינו׳
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ג טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
חסידי דאראג האבן זיך דעם מאנטאג מיטגעפריידט ביי די שמחה הרוממה, די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, הכלה תחי' עלטסטער קינד ביי בן זקוניו הרה"צ רבי יהושע אהרן ראזנפעלד שליט"א וואס איז געפראוועט געווארן בשמחה וצהלה אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק.
ביים קבלת פנים איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים הגה"צ רבי שלמה זלמן אונדסדארפער האדמו"ר מזלאזיץ. ביים חופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער מצד הכלה הגאון רבי אברהם שמואל שפרינצעלעס דומ"ץ מחזיקי הדת בעלזא, און ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ רבי עמרם געשטעטנער גאב"ד קרית אגודת ישראל, נאכן חופה איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד און די גאנצע ציבור איז דורך וואונטשן מזל טוב.
דורכאויס די סעודת החתונה האט דער רבי שליט"א אויפגענימען די חשובע אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען זיך משתתף זיין ביי די שמחה צווישן זיי: דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, האדמורי"ם מאלכסנדר, סטריקוב, פיטסבורג, דעעש, שבט הלוי, מישקאלץ, מיאלען, בערגסאז בית שמש, ביאלא פשיסחא, אפאלע, קארלין לעלוב, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, הגאון חכם ניסים בן שמעון, הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן אב"ד לעלוב, הגה"צ רבי מרדכי געלבער אב"ד מונקאטש בני ברק, הגה"צ רבי מתתי' טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא ביתר, הגאון ר' אהרן שמואל פרענקל גאב"ד חוג חתם סופר ירושלים, הגאון ר' צבי כץ ראש ישיבת חזון נחום, הגאון ר' יוסף צלר ראש ישיבת סאדיגורא און נאך.
נאכן בענטשן איז די חתן אראפ אין צענטער פונעם ביהמ"ד וואו דער רבי איז געטאנצן מיט די בני המשפחה און מעודד געווען די ריקודין מיט גרויס התלהבות, און די צייט וואס די חסידים הייבן זיך בריקודין עילאין. דאן האט מען צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ ווען בדחנא דמלכא ר' יואל פאלאק הי"ו האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה, דערנאך האט מען אויפגערופן די זיידע גאב"ד קרית אגודת ישראל וועלכע האט איידער זיין מצווה טאנץ פארגעזינגען דעם ניגון 'אילן במה אברכך' כמנהג אביו הגאון האדיר רבי נתן געשטעטנער זצ"ל בעל 'להורות נתן', דערנאך זענען געטאנצן די אנדערע זיידעס און מחותנים, און כחצות הלילה האט מען פארענדיגט די געהויבענע חתונה.











































































































תגובות