מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט אין שטאט בית שמש האט פאריגע וואך געדינט אלס כהן הפודה ביים שמחת פדיון הבן פון א אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א, בן הנולד ביי בנו הרב ירחמיאל רבינוביץ. ביים אנקומען האט זיך די רבי באגריסט מיט די חשובע זיידע'ס האדמור"ים מביאלא בית שמש, מעליץ און דעעש. די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און דאן פודה געוועהן דאס קינד און מיטגעהאלטן די סעודת מצווה א לענגערע וויילע.
Comentarios