פרייטאג פ' במדבר - כ"ח אייר תשפ"ג | קול בחצרות
בונים טהרה בישראל
חסידי גור די בכל אתר ואתר זענען איינגעהילט אין פרייד מיטן ערהאלטן די גינסטיגע בשורה, אז אין די יעצטיגע טעג האט מען אנגעהויבן די מאסיווע בוי פראיעקט אויפצובויען א ריזיגע מקוה בבנין ביהמ"ד הגדול דחסידי גור אין ירושלים, וואס וועט שטיין צו דינסט פאר די צענדליגע טויזענטער גערער חסידים מדי יום ביומו, און בפרט בפרוס די ימים טובים און ימים נוראים ווען די ציבור וואקסט פי כמה בליעה"ר.
ווי באקאנט האט מען זיך נישט געפירט אין גור צו בויען א אייגענע מקוה, נאר די חסידים האבן זיך באנוצט מיט די ארומיגע מקוואות אין אנדערע בתי מדרשים. למעשה אבער איז די ציבור חסידי גור מורא'דיג געוואקסן, און עס איז געווארן זייער שווער צו דארפן נוצן אנדערע מקוואות, וואס האט פשוט געצווינגען די עסקנים זיך אריינצולייגן אינעם פראיעקט אויפצובויען א אייגענע מקוה.
אין די לעצטערע טעג האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געלאזט הערן חוות דעת קדשו אז מ'זאל שוין אנהויבן די בוי ארבעט אהערצושטעלן א פראכטפולע מקוה בבנין ביהמ"ד הגדול, אזוי אויך אין די יעצטיגע טעג ווען א קבוצה עסקנים זענען געקומען זיך דורכרעדן מיטן רבי'ן אנבאלאנגט די בוי ארבעט פארן רבינ'ס נייע דירה בבנין ביהמ"ד הגדול, האט דער רבי קלארגעשטעלט אז יעצט איז נישט די צייט צו רעדן פון א אייגענע דירה, יעצט דארף מען נאר זעהן אז די נייע מקוה זאל זיין גרייט לקראת די קומענדיגע חודש תשרי הבא עלינו לטובה.
אין די פארגאנגענע טעג ווען הגה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז געווען צוגאסט אין ניו יארק, האט ער צוזאמגערופן א דריגענדע זיצונג מיט א רייע נגידים און רייכע פילאנטראפן, וואו מען האט אויפגעטריבן עטליכע מיליאן דאללער לטובת די קרן הבנין פון די מקוה. אין די יעצטיגע טעג זעצט פאר די בוי ארבעט אין פולן שוואונג, וואו די גאנצע אונטערשטע שטאק פונעם בנין ביהמ"ד הגדול ווערט איינגערישט צו דינען דעם ציבור לקדושה וטהרה.
Comments