top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צוזאמפאר פון הונדערטער אידן אין שטאט שענדישוב - פולין ביומא דהילולא פון הסב"ק הרה"ק רבי אברהם משענדישוב זי"ע

דינסטאג פ' תצוה • י"א אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

 בילד קרעדיט: א. אייזנבאך

 

ריזן מאסן הונדערטער הונדערטער מתפללים לעבן מיט התרוממות'דיגע שעהן מיט דביקות און השתפכות הנפש צו פועלן ישועות להכלל והפרט - הערליכע נסיעות און סדר יומא דהילולא קדישא צוגעשטעלט דורך "וועד משמרת קדשי עיר שענדישוב", ווי עס האבן זיך באטייליגט צענדליגער אייניקלעך פונעם סב"ק ובראשם הגאה"צ אדמורי"ם ורבנים שליט"א - הערליכע הכנסת אורחים ווירבל מיט אידן 24 שעה פון טאג, מניני שתפילה און סעודות צוגעשטעלט אין די גיגאנטישע שאטער און אינעם בנין הכנסת אורחים - ספעציעלע פראוועזארישע ווארימע מקוה לתועלת ציבור המצפללים – מעמד סעודת הילולא קדישא רבתי אינעם הערליכן איננעס האטעל בתוככי עיר שענדישוב בהשתתפות פון פילע הונדערטער אורחים - ספעציעלע שאטלס צו פירן דעם ציבור פון די האטעל'ס צום ציון הקדוש אויסגעארבעט מיט גרויס סוקסעס - הערליכע שבת קודש לרגל די הילולא קדישא אין אתרא קדישא ליזענסק ברוב עם - יום שבתון אין לשכוח

 

דער שטראם פון מענטשן האט זיך נישט אפגעשטעלט במשך דעם גאנצן מעת לעת, פארגאנגענעם ליל שישי און עש"ק משפטים העעל"ט, יומא דהילולא קדישא רבה פונעם גרויסן פועל ישועות דער סבא קדישא פון שענדישוב זי"ע. עס האט זיך אנגעזעהן די פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע זענען געקומען צופארן צו פוקד זיין דעם ציון המציונת קודש הקדשים אין שטאט שענדישוב, להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


די ווערטער זענען צו ארעם צו קענען באשרייבן די געהויבענע טעג ארום די הילולא קדישא אינעם מקדש מלך עיר מלוכה דאס הייליג שטאט שענדישוב ווי עס האבן געששינט און געווירקט צדיקים וקדושים שרפי מעלה, ובפרט דער הייליגער סבא קדישא הרב הקדוש רבי אברהם משענדישוב בן הרה"ק רבי ר' יעקב ממעליץ זי"ע בנו הגדול פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע. און א תלמיד חביב ומובהק פונעם הייליגן רבין ר' הערש פון רימאנוב זי"ע.


אין די לעצטערע יארן איז געווארן א גאר שטארקע אויפוואכונג פון פילע הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה, צו פארן אויף 'שענדישוב' צום יומא דהילולא פונעם סבא קדישא. דער הייליגער אדמת קודש איז פארהייליגט געווען פאר לאנגע יארן, און  איז אלץ געווען באקאנט אלץ א מקום מסוגל לישועות, ביז צום חורבן ביים ביטערן קריג. נאכן קריג איז צוריק אויפגעשטעלט געווארן א אהל לויט די מעגליכקייטן בימים ההם.


פאר עטליכע יאר צוריק האט מען מחדש געווען דעם נייעם אהל הקדוש און נאך לאנגע באמיאונגען און פילע אומצאליגע טירחות און יגיעות צוריק געשטעלט געווארן די מקום קדוש אזוי ווי עס איז געווען פאר'ן קריג, צו באשיצן דעם ציון הקדוש של אותו זקן זי"ע, און גיבן די מעגליכקייט פאר די מתפללים זיך צו געהעריג משתטח זיין און פועל'ן כל מילי דמיטב. זינט מען האט אנגעהויבן צו קענען לייכטער פארן אויף שענדישוב, זענען שוין פילע אידן דארטן געהאלפן געווארן מיט אויסטערלישע ישועות, אויף דעם מקום קדוש.


מען זעט גאר באשיינפערליך געזען ווי די ווערטער פון ראדעמישלער רב - "הי' בכוחו להנהיג כל העולם על פי הנהגה שהוא למעלה מהטבע, וכמו שהי' ההנהגה בזמן שהי' בית המקדש קיים...", "כמו שכל ימיו התפלל לטובת ישראל, כן יעמוד בעולם העליון להשפיע לנו כל טוב" - ווערט מקויים געווארן אויף א גאר וואונדערליכן פארנעם.  [לאות ולפלא אז אפילו ביי די גוים אין שטאט איז דער ציון געבליבן ביי זיי באקאנט אלץ זייער פארהייליגט, ווען זיי דארפן הילף קומען זיי צומאל אהין און צינדן ליכט].

לא יריעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי:

עס איז נישט די פלאץ אין די קורצע פאר שורות ארויסצוברענגען די פונקטליכע דעטאלן איבערן מצב פונעם בית החיים, און פון וואס עס איז שוין געשריבן געווארן אינעם עבר איבער די פילע נאכפאלגן וואס עס איז אדורך אויפן ציון הקדוש און אויף די גאנצע שטח בית החיים ווי עס געפונט זיך אויך א גרויסער "קבר אחים", ווי עס זענען נטמן געווארן פילע קדושים הי"ד, וועלכע זענען אויסגעהרג'עט געווארן דורך די רוצחים הארורים ימ"ש ביים צווייטן וועלט קריג.


פילע שווערע יארן איז אדורך אויף דעם בית החיים, ווען ליידער האט געדראעט אויפן בית החיים נאכן ביטערן מלחמה משך פון די אלע שווערע יארן, א מצב פון כלי' און שרעקליכער בזיון. במשך די צייט האבן זיך צוביסלעך צוזאמגענומען עסקנים פון רבנים חשובים ובני המשפחה, ווען מען האט אביסל אהערגעשטעלט א דעכל איבערן אמאליגן אהל און ציון הקדוש פון שענדישוב'ער רב זי"ע, און דערמיט געהאפט אז דאס זאל פארבלייבן לכבוד ולתפארת.


דאס זענען אבער אונטערגעקומען פרישע פראבלעמען אין די פארגאנגענע יארן, נאכדעם וואס אן א.ג. ארגאניזאציע אפשטאמיגע פון אידן, האבן זיך געהאט דערקלערט בעלות דערויף, און צוביסלעך איז דורך זיי אנגעקומען די השתלטות צו גוי'אישע הענט רח"ל, וועלכע האבן דאס אנגעהויבן נוצן פאר זייערע אינטערעסן, אריינצוברענגען אהין זייערע פארוויילונגען רח"ל היל"ת.


נאך עטליכע יארן פון פארהאנדלונגען און גאר שווערע ארבעט פין אונטערווענץ און צו באקומען סיי וואספאר א שטיקל בעלות אויפן מקום, און דערמיט דערקלערן שטייפקייט אפצוראטעווען דאס מקום קדוש, איז געלונגען צו אריינגיין אין א מקח, און דערמיט באקומען דעם כח אז "מיר זענען דא אויפן בית החיים", און האלטן דעם מקום בקדושה אז עס זאל בלייבן א תל תלפיות, און ח"ו נישט פאלן לחרפה ולבוזה.


 מיט די ברכת הקודש פון די גדולי הרבנים והאדמורי"ם שליט"א נכדי רבינו האט מען דעם פארגאנגענעם חודש אלול געמאכט א גרויסארטיגן קאמפיין להצלת הביה"ח און טראץ וואס עס  האט שוין אויסגעזעהן אז מען גייט פארלירן אלעס און עס איז ממש כלו כל הקיצין.


א באזונדערע באדייט האט געהאט דעם היי יאריגן הילולא קדישא, נאך וואס מען האט גרויס יגיעה בחסדי ה' מצליח געווען צו אנהאלטן דעם מקח און פאראויס ג'יין בסייעתא דשמיא למעלה מדרך הטבע בכוחו של אותו זקן און מען האט געמאכט גרויס פארשריט מיטן הצלת ביה"ח בסייעתא דשמיא. אצינד וועט מען גיין ווייטער צום קומענדיגע שטאפל, וואס מען האפט און מען איז מתפלל אז מען זאל בקרוב קענען ענדיגן בשלימות.


יהי רצון אז דער זכות פון גרויסן בעל הילולא זי"ע זאל ביישטיין, און מען זאאל האבן אויסגעפועלט אלעס גוטס פאר כלל ישראל אכי"ר.


ויושר יליצו בעדנו חיות אש!













































































































Kommentare


bottom of page