דאנערשטאג פ' שמיני • כ"ה אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם דינסטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי צו באשיינען די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן 'לבית מדרשו של רבי', די ביהמ"ד בבית האכסניא פונעם רב שליט"א אין די מאנטיבעלא געגענט אין מאנסי בנדבת ליבו פונעם בעל האכסניא הרבני הנגיד ר' מענדל בראכפעלד הי"ו. די רב שליט"א איז ספעציעל געקומען צו פארן לכבודו פון ר' מענדל וועלכער טוט עטליכע מאל אין יאהר ווידמען זיין הויז אין מאנסי פאר'ן רב שליט"א, און האט אויפגעבויעט א הערליכע ביהמ"ד און מקוה טהרה נעבן דעם אכסניא.
א ספעציעלע שאטער איז אויפגשטעלט געווארן פארנט פונעם בית האכסניא פאר די ריקודין לכבודה של תורה וואס איז געווארן מיטגעהאלטן דורך פילע חסידי באבוב תושבי מאנסי. די רב שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין לכבוד התורה און ארויס אין פייערדיגע טענץ מיטן ספר תורה און א באזונדערע ריקוד מיטן נדבן ר' מענדל ובני משפחתו און מיט חסידי באבוב תושבי מאנסי. בשעת די ריקודין האט זיך די רב שליט"א אויך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט העסקן הנמרץ ראש וראשון לכל קדשי בית באבוב ר' יעקב יוסף פליישער הי"ו, די רב האט אריינגעפירט די ספר תורה אינעם נייעם ארון קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות.
דערנאך האט די רב שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים און משמיע געווען אמרי קודש לכבוד התורה און ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשובן נדבן התורה און דערמאנט לטובה זיין פאטער הרב משה יוסף בראכפעלד וואס איז געווען די קביעותדיגע בעל אכסניא פונעם פאטער הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זי"ע וויילענדיג אין מעקסיקא און די מסירות נפש וואס ער האט געהאט צו שיקן זיינע קינדער לערנען קיין באבוב. די רב שליט"א האט מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב פאר ר' מענדל און פאר אלע פארזאמלטע.
נאכן מעמד איז די רב שליט"א אנגעקומען אויף סידור קידושין זיין ביי א חופה לבן אחד מחסידיו אין שטאט, און פון דארט אנגעקומען צום נייעם דירה פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' חיים דוד וואקסמאן שליט"א דומ"צ באבוב מאנסי וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה און חנוכת הבית פארן נייעם דירה. די רב שליט"א האט דארט געדאווענט מנחה און געקלאפט א מזוזה און דערנאך מעריך געווען א שולחן לחיים ביי וועלכן מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און די רב האט פארטיילט לחיים פאר די פארזאמעלטע וחשובי העדה צווישן זיי הנגידים ר' אברהם שלמה מיללער און ר' יונתן בלייער ראש מכור זכרון אהרן און ידיד בית באבוב.
Comments