top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים • מעמד כבוד התורה פאר תלמידי ישיבת 'פאר ישראל' אין נאסטאלגישן גערער בית המדרש אויף רח' רלב"ח

דאנערשטאג פ' כי תשא • כ' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: לפי סעיף 27 א


א געהויבענע מעמד כבוד התורה איז פארגעקומען היינט נאכמיטאג בחצר הקודש גור, ווען אין א היסטארישע שריט איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען צו די נאסטאלגישע בית המדרש פון די פריערדיגע גערער רביים אויף רחוב רלב"ח אין ירושלים, באותו מקום וואו דער הייליגער בית ישראל דער לב שמחה און דער הייליגער פני מנחם זי"ע האבן אפגעראכטן די עבודת הקודש בחיים חיותם.


די מעמד כבוד התורה איז געווען געאייגענט פאר די תומכים און נדיבים פון די ישיבה הק' פאר ישראל דחסידי גור, וואס איז ספעציעל פאר די עלטערע בחורי החסידות, און ווערט געפירט דורך בנו חביבו פונעם רבי'ן הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א, די מעמד איז פארגעקומען אין בעפארברייטונג צו א גייסטרייכע נסיעה וואס די תומכי הישיבה וועלן מיטהאלטן אין די קומענדיגע טעג אינעם ווייטן פוילין, כאות הוקרה פאר זייער שטענדיגע הילף להחזקת הישיבה.


היינט אין די נאכמיטאג שעות איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען צום נאסטאלגישן ביהמ"ד אויף רחוב רלב"ח, וואו עס זענען שוין געווען פארזאמלט די הונדערטער בחורי הישיבה אינאיינעם מיט די נגידים ותומכים, און אויפן פלאץ איז פארגעקומען א מבחן פומבי וואו גדולי הרבנים האבן פארהערט די בחורים אויף די לימוד מזומנים צענדליגע בלעטער בעל פה.


צוערשט האט פארהערט הגאון רבי יהודה דרעי הויפט רב פון באר שבע, וועלכער האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער און ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע התפעלות פון די ידיעות וואס מען זעהט ביי די בחורים, דערנאך האט פארהערט הגאון ר' יעקב הלל אויסטערליץ שליט"א דומ''ץ קהילת דאראג, וועלכער האט אויך נאכדעם איבערגעגעבן קורצע ווערטער דברי שבח און התפעלות אויף די געוואלדיגע קענטעניסן פון די בחורי הישיבה.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, און צום שלוס פונעם מעמד איז דער רבי אריין אין די ספעציעלע פראווע צימער פון אדמור"י בית גור, און אין א ערשטמאליגע שריט דארט געפראוועט די גבירים מיט קוויטלעך, און פארטיילט עפל פאר די חשובע תומכים.










Comments


bottom of page