top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ישיבה של מעלה: מאסיווע ארויפבוי פראיעקט צום בנין מוסדות בוהוש אלס אכסניא פאר ישיבה גדולה‎

מאנטאג פ' שמיני • כ"ב אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א שטראם פון שמחה נעמט ארום חסידי ואוהדי בית בוהוש, ובפרט די בחורי חמד תלמידי ישיבה גדולה, מיט'ן אנקום פון די פריידיגע בשורה, איבער א גיגאנטישער פראיעקט פון "דריי פרישע שטאק" וואס וועט ארויפגעבויט ווערן מיט פראכט אויפ'ן בנין המוסדות דחסידי בוהוש אין בני ברק, וואס וועט דינען אלס פערמאנענטע אכסניא של תורה פאר די בוהושע ישיבה גדולה וואס איז ברייט בארימט אלס הערליכער מקום תורה וואו פילצאליגע תלמידים מופלגים שטייגן אויס בתורה ויראת שמים אויף א הערליכן פארנעם.


דער גרויסער בנין המוסדות דחסידי בוהוש אויף רחוב חגי אין בני ברק איז א בנין גדול ומפואר, וואס נעמט אריין א ביהמ"ד הגדול, חדרי תפלה, א מקוה, און באזונדער איז בתוככי הבנין פלאצירט די ישיבה קטנה. די ישיבה גדולה איז אנהייב אויך געווען פלאצירט אינעם בנין, אבער מיט'ן וואוקס פון תלמידים בליעה"ר איז עס שוין געווארן צר מהכיל, און די ישיבה האט געוואנדערט אין עטליכע מקומות, זייענדיג א שווערע אפקומעניש און מ'האט שוין זייער ארויסגעקוקט צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, און יעצט איז ב"ה געקומען די ריכטיגע מינוט, ווען מ'גרייט זיך ארויפצובויען דעם מאסיוון נייעם עקסטענשאן פון פרישע דריי שטאק, וואס וועט צושטעלן א פולע לופטיגע אכסניא של תורה פאר די ישיבה גדולה, א היכל ביהמ"ד, חדר האוכל, דארמארטארי, שיעור צימערן, און אלע באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס פאר די לומדי תורה.


גלייכצייטיג וועט דער פראיעקט איינשליסן אן אונטערנעמונג לפאר ולרומם בית ה', צו פארשענערן דעם היכל ביהמ"ד הגדול, נאכ'ן שוין זיין מערערע יארן אין באנוץ, און עס פעלט זיך אויס אן איבערפרישונג. 


דער פארצווייגטער פראיעקט איז געשאצט אריינציציען אין שווערע מיליאנען, ווען א הויפט טייל ווערט פינאנצירט דורך נגידי סאטמאר, וועלכע שטרעקן אויס א ווארעמע האנט פאר די הייליגע בוהושע מוסדות און ישיבות, וואס זענען גענצליך על טהרת הקודש, אנגייענדיג שוין מערערע יארן מיט די מסירת נפש'דיגע אקט, זיך אפרייסנדיג פון יעדע מינדעסטע שטיצע פון די ציוניסטישע מדינה.




bottom of page