דאנערשטאג פ' פקודי • ד' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם דינסטאג אווענט איז אין שטאט בארא פארק פארגעקומען די שמחת התנאים פון הכלה בתש״ק אייניקל פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, בת בנו הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א מיט די חתן א זוהן פון הגה״צ ר׳ אלכסנדר אשכנזי שליט״א אב״ד קאריץ זוהן פון האדמו״ר מהאראדענקא פלעטבוש שליט״א וחתן כ''ק האדמו״ר מקאלוב שליט״א לרפו״ש. די שמחה איז פארגעקומען אין די ליפשיץ זאלן אין בארא פארק.
במשך די שמחה האט מען געזינגען ניגוני שמחה, עס האט אויפגעטרעטן די זיידע האדמו״ר מהאראדענקא שליט״א, און די מחותן הגה״צ אב״ד קאריץ שליט״א, דערנאך האט דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, מען האט מקבל קנין געווען, אין דער רבי האט געליינט די תנאים. דערנאך איז דער ציבור איז אדורך וואונטשן מזל טוב, אין דער רבי שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די נוסח התנאים, און דערמאנט די גרויסע יחוס פון חתן כלה און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
Comments