top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי אויפגענימען מיט גרויס כבוד אין הערצה ביי קורצע באזוך אין ארץ ישראל

דינסטאג פ' תרומה • ד' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן מאנטאג נאכמיטאג האט זיך כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט''א פון ספרינג וואלי ארויסגעלאזט ממעון קדשו אויפן וועג קיין ארץ ישראל לרגל די שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין שטאט בני ברק. היינט פארטאגס פונעם לופטפעלד איז דער רבי תיכף צוגעפארן קיין ירושלים עיר הקודש, וואו עס האבן אפגעווארט א גרויסע ציבור אידן חסידים ואנשי מעשה, דער רבי האט געדאווענט שחרית אין סאטמארע בית המדרש אין די עזרת תורה געגנט כאחד האדם, און דערנאך אריבער צום שטוב פון אמה של מלכות הרבנית תליט"א.


אין די מיטאג שעה'ן איז דער רבי אנגעקומען אויף א תפילה ביים הר הזיתים ביים ציון הק' פון אדמור"י בית ראחמיסטריווקא, און זיין גרויסן פאטער הרה"צ רבי מאטל טווערסקי זצ"ל, פון דארט איז דער רבי געפארן קיין בני ברק צו באשיינען בראש השמחה בשמחת בית זוועהיל, מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און א אייניקל ביים רבינ'ס פעטער כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א פון בארא פארק.


דורכאויס די גאנצע שמחה איז דער רבי געזעסן בראש המסובים, מכובד געווארן מיט זעקס ברכות אונטער די חופה, און דערנאך זענען הונדערטער חסידים ומעריצים אריבער שלום נעמען און וואונטשן מזל טוב א לענגערע צייט.


דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי שאר בשרו הרב חנוך סגל ראש הקהל באבוב 45 אין ארץ ישראל, וועלכער זיצט שבעה ל"ע נאך די טראגישע פטירה פון זיין רעבעצין, פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף תפילת מעריב אין ראחמיסטריווקא בית המדרש אויף רחוב השלשה אין בני ברק, פאר מעריב האט דער רבי געזעגנט דעם ציבור מיט קוויטלעך א שטיק צייט, און נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש. ביים מעמד קבלת פנים האט זיך אנגעזעהן הגה"צ ר' יהושע מנחם שטערן אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק, דעם רבינ'ס פעטער הגה"צ ר' אלטר משה טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא בית שמש, און הגה"צ ר' ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו די נייע ראחמיסטריווקא בית המדרש אויף רחוב יעל אין בני ברק, בנדבתו פון הנגיד החסיד ר' יעקב פעלדהיים מזקני החסידים ופני העדה אין מאנסי , די רבי האט קובע געווען א מזוזה און געפראוועט א מסיבת לחיים, אויך איז דארט געווען אנוועזנד הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, און דעם רבינ'ס פלומעניק הרב ישראל האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק.


דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וואו עס זענען אויך געווען אנוועזנד פילע קרובי המשפחה, און הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע, פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו די מעייני הישועה שפיטאל מבקר חולה זיין ביי עטליכע חסידים און מקורבים.


ארום צען אזייגער אויפדערנאכט איז דער רבי צוריקגעקומען צו די שמחת החתונה בחצרות הקודש זוועהיל און טשערנאביל, און זיך באגריסט מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מיט וועם דער רבי האט פארברענגט א שטיק צייט בשיח סוד. ביים מצוה טאנץ האט מען אויסגערופן דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ, וועלכער האט געטאנצן בשלהבת אש קודש, און דערנאך א ספעציעלע ריקוד מיט די ברידער און שוואגערס.


נאך די חתונה איז דער רבי צוגעפארן צו די וויזניצע בית החיים אין בני ברק מתפלל זיין ביים ציון הק' פון די זיידעס האדמורי"ם לבית וויזניץ, פון דארט איז דער רבי געפארן קיין ירושלים צום הר המנוחות, און מתפלל געווען ביים ציון הק' פונעם פעטער הרה"ק מבעלזא זי"ע. דערנאך האט דער רבי מתפלל געווען ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי גדלי' משה מזוועהיל זי"ע אין שייך באדר, ביים ציון הק' פון צדיקי בית גור אין חצר פון ישיבת שפת אמת, א תפילה ביים קבר שמעון הצדיק, און יעצט פארטאגס כוותיקין קומט דער רבי אן צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, וואו דער רבי וועט דאווענען שחרית אינאיינעם מיט פילע חסידים.




































댓글


bottom of page