top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מול מקום המקדש • שיינעם באזוך פון כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א בבית הנגיד ר' אהרן גאטליב הי"ו

פרייטאג ב' דחוה"מ פסח • י"ח ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט ערב שבת חול המועד איז כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ארויף צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' אהרן גאטליב הי"ו אין די מאה שערים געגענט וואו דער רב שליט"א איז ארויף אויפן דאך פונעם בנין קעגן איבער דעם מקום המקדש אויף ברכת אילנות. עס  איז דארט אריבערגעקומען אויף א באזוך כ"ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט''א וועם הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט עטנפאנגען מיט א קענטיגע התרגשות זיך אינטערסירנדיג אינעם מצב הבריאות נאכן אפעראציע וואס די רבי שליט"א איז דורך בעפאר יום טוב. א לענגערע וויילע איז מען געזעצן און פארברעגט קעגן איבער די קודש הקדשים זינגענדיג ניגוני ציפייה לגאולה, מלך רחמן און נאך.


דערנאך איז הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א אריין אין שטוב וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המועד אינאיינעם מיטן נדיב ר' אהרן הי"ו ובני משפחתו.






























bottom of page