top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אריבער 1,000 חברי ק"ק סאטמאר-וויליאמסבורג אהיים מלא חיזוק נאך לעכטיגער 'שבת לדורותם' אין סטעמפארד

מיטוואך פ' יתרו • כ"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


א ציבור עצום פון אריבער טויזענט אידן תלמידי וחסידי סאטמאר האבן מיטגעלעבט א גייסטרייכע און געהויבענע שבת, ווען עס זענען זיך צוזאמגעקומען אינאיינעם די חברי הקהילה קהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג, ביים שבת התאחדות שבת 'לדורותם' אין די פראכטפולע ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעקטיקוט, אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק ור"ם סאטמאר וומס"ב שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די געטרייע עסקנים האבן געארבעט העפטיג טעג און נעכט צוצושטעלן דעם גאנצן שבת אויף א פראכטפולע פארנעם מיט א חסידישע אטמאספער, מנחה ערב שבת האט דער סאטמאר וויליאמסבורגע רב פארגעדאווענט בהתעוררות רב, נאך תפילת מנחה האט אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב אין קרית יואל, וואו ער האט ארומגערעדט איבער די נושא פון אחדות ביי כלל ישראל און אז מען זאל זיך העלפן איינער דעם צווייטן און אויך זיך אנווארעמען איינער דעם צווייטן, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש אין ביהמ"ד סאטמאר אין מאנסי.


די סעודת ליל שבת קודש איז פארגעקומען אין א ספעציעלע זאל אין שפיץ פונעם רב, פאר קידוש האט דער רב אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים איבער די גרויסקייט פון קידוש און בתוך הדברים ארויסגעברענגט אז ווען מען קוקט מיט די צוויי אויגן אויף די כוס וויין ברענגט עס צו צו זעהן גדלות הבורא און שפלות עצמו.


אינמיטן די סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א מחשובי הרבנים אין מאנסי, איידער די דרשה האט דער סאטמאר וומס"ב רב ארומגערעדט בשבחו פון ר' יחזקאל, וואס איז זיך ממש מוסר נפש פאר די הייליגע שבת, ברענגענדיג א מעשה רב אז די שבת גייט יעצט רעדן.


נאך די זופ האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א אויפצוטרעטן וואו ר' מאיר האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון ריקודין של שמחה בפרט שבת קודש, און תיכף דערנאך האט זיך דער גאנצע עולם ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויף די ניגוני שירת הים אין שפיץ פון דער רב שליט"א. ביים סוף סעודה האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, און דערנאך אויפגערופן הרה"ג ר' רפאל גריינימאן שליט"א מארה"ק אויפצוטרעטן מיט א דרשה, נאכ'ן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש א לענגערע וויילע.


שבת אינדערפרי פארן דאווענען האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשת הכנה לתפילת שחרית ולשירת הים פאר די הונדערטער בחורי חמד, ביים דאווענען האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו פסוקי דזמרה ותפילת שחרית, הלל הגדול און די שירה האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות און בהתלהבות אש קודש וואס האט איבערגעלאזט א רושם אויפן גאנצן ציבור.


דער רב האט ממשיך געווען מיט תפילת שחרית וואו דער רב האט פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כמנהג סיגוט, און אויסגעלאזט אהבה רבה בהתעוררות רב ובבכיות עצימות. מיט די עליות זענען מכובד געווארן די רבנים דיינים ומרביצי תורה אינערהאלב די קהילה, אזוי אויך עטליכע נגידים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער פאר די הוצאות השבת.


ביים סעודת צפרא דשבתא האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מגי"ש אין די קהילה, און דערנאך האט דער רב אויפגעטרעטן מיט א יסודות'דיגע דרשה פול מיט הדרכה, השקפה, און יסודות הדת. און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א אויפצוטרעטן מיט א דרשה.


שלש סעודות רעוא דרעוין איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התעוררות, צוערשט האט מען געזונגען עטליכע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות, פאר בבואו מאדום האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און ממשיך געווען די זמירות שלש סעודות, דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו די רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות, און גאר שטארק מעורר געווען אויף צרות ישראל, איבער די עבודה עילאה וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אריינגעשיינט אין אידישע קינדער אז מען זאל זיך קענען האלטן אין גלות אמעריקע, און די לעכטיגע תורות במשך ימי השובבי"ם ווען ער האט אויסגעוואשן אידישע הערצער, דער רב האט אויסגעפירט מיט ברכת הקודש אז מען זאל זעהן נחת פון די קינדער און אייניקלעך, און מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.


מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען די סעודת מלוה מלכה אין היכל הסעודות. עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מיט דברי סיום אויפ'ן שבת, און אין קורצן צוזאמגענומען גאר אסאך ענינים וואס מען האט געהערט במשך דעם שבת, און אויפגערופן אלע בעלי דרשנים זאלן קומען זאגן אין צוויי מינוט וואס מען זאל ארויסנעמען פונעם שבת.


צום ערשט האט גערעדט הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, דערנאך הרה"ג ר' רפאל גריינימאן שליט"א, הרה"ג ר' אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א, הרה"ג ר' לוי יצחק האניג שליט"א, הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א וואו יעדער האט מיט קורצע דיבורים ארויסגעברענגט זיינע הרגשים און איבערגעגעבן וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם שבת.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל רוחני ישיבה לצעירים ד'סאטמאר, און דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען קורצע דיבורים, וואו צווישן אנדערע האט ער געמאלדן די בשורה משמחת אז מען האפט בקרוב צו עפענען חבורות פאר די יונגעלייט זיך צוזאמצוקומען מידי שבוע בשבוע. און זיך גאר ווארעם באדאנקט פאר די הנהלת הקהילה און פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.























































































bottom of page