top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

"דאווענען שטיבלעך" אין נייעם ביהמ"ד הגדול ד'שיכון סקווירא וועלן געעפנט ווערן צו לינדערן געדרענג אין די ימי בין הזמנים

דאנערשטאג פ' מצורע • י' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס פרייד האבן אלפי חסידי סקווירא אויפגענימען די פרייליכע נייעס וואס איז געמאלדן געווארן דורך דער וועד הקמת הבית פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש ד'שיכון סקווירא אז אין די יעצטיגע ימי בין הזמנים וועלן די רויע "דאווענען שטיבלעך" ווערן געעפענט צייטווייליג צו לינדערן די ענגשאפט אינעם ביהמ"ד אין די טעג פון בין הזמנים וערבי החג.


אין ליכט פונעם ענגען צושטאנד אינעם גרויסן ביהמ"ד רונדע דעם יאהר, און בפרט בימי בין הזמנים, ווען די הונדערטער בחורי חמד ואברכי הכוללים באלאגערן דאס ביהמ"ד ערב בוקר וצהרים לתורה ולתפלה, האבן די עסקנים באשלאסן צו ברענגען א באלדיגע דערלייכטערונג שוין יעצט, מיטן צולייגן טיילן פון דעם נייעם בנין בית המדרש החדש, צו קענען דארט אפרעכטן מנינים צו דאווענען שחרית אין די טעג ארום דעם יו"ט פסח הבעל"ט.


די נייע רויע "דאווענען שטיבלעך" וועלן געעפנט ווערן אויף צייטווייליג אנגעהויבן פון זונטאג, יום בדיקת חמץ, צו קענען דאווענען דארט אין די פארנומענע טעג פון ערבי החג, חול המועד און אסרו חג.


גלייכצייטיג וועט דאס זיין א געלעגנהייט פארן ציבור זיך צו באקענען מיטן פרעכטיגן אויסשטעל פון די נייע שטיבלעך וואס ווערן געבויעט אין די יעצטיגע וואכן און חדשים, מען וועט קענען זען די פארשריט פונדערנאנט און טיילווייז באנייען די חדרי תפילה, וואו עס וועלן פארקומען צענדליגער מנינים פון תפילות ישראל טאג טעגליך ווי נאר זיי וועלן פארטיג ווערן.



Comments


bottom of page