top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורה באזוכט ביי הגה"ח ר' אפרים פישל שטיין בעמח"ס אוצר אפרים

דינסטאג פ' ויקהל • כ"ה אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א איז נעכטן מאנטאג ארויף א באזוך אין שטוב פון הגה"ח הישיש ר' אפרים פישל שטיין, בעמח"ס אוצר אפרים על התורה ומזקני חשובי חסידי ויזניץ. צום ערשט האט ר' פישל ארומגעוויזן דעם רבי'ן שליט"א אין זיין אוצר הספרים וואו די רבי האט באטראכט די טוינזטער מכתבים וואס געפונען זיך באוצרו הטוב, צווישן זיי צענדליגער בריוו פונעם זיידן הנגיד החסיד ר' חיים משה פעלדמאן ז"ל וואס ער האט זיך געשריבן מיט ר' אפרים פישל, ווען זיי האבן צוזאמען געלערנט אין גענימען היתר הוראה.


דער רבי האט אויך מעיין געווען אין די ספרים 'אוצר אפרים' וואס ר' אפרים פישל האט מחבר געוועהן דורכאויס די יאהרן און אפגעראכטן א מסיבת לחיים און מאציל געוועהן ברכת קדשו.






Comments


bottom of page