top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד צווישן חסידי סאטמאר תושבי בארא פארק צום עפענונג פון נייע ביהמ"ד דקהל יטב לב ביי ניו יוטרעקט

זונטאג פ' ויקהל • כ"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


הרחיבו מקום אהליך


בברכת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א זענען א גראפע טעטיגע סאטמארע עסקנים אין בארא פארק, אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן דעם גיגאנטישן בנין פון "פאראדייס מענאר" אויף די ברייט פונעם ניו יוטריק גאס ביים ווינקל פון די 58'סטע סטריט אין הארץ פון שטאט בארא פארק, וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר א נייעם פראכטפולן ביהמ"ד החדש והמפואר ד'קהל יטב לב.


דער בנין וועלכע האט נישט לאנג צוריק געליטן שווערע שאדנס נאך א שריפה וואס האט פארניכטעט דעם בנין, דער גאנצע געביידע וועט אצינד גענצליך רענאווירט ווערן לפאר ולרומם בית ה', אין וועט אנהאלטן א גרויסן היכל ביהמ"ד לתפילה, א מקוה מפוארה, חדרי תפילה, בית הוראה און א היכל התורה, דאס ביהמ"ד אנטשפרעכט צו דינען אלס אבן שואבת אין א תל תלפיות פאר די גאנצע אומגעגענט.

bottom of page