top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באזוך פון האד' מוויז'ניץ אין ביהמ"ד הגדול והחדש ד'שיכון סקווירא

מיטוואך פ' תזריע • ב' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: נ. בייער


דעם זונטאג פארנאכטס איז כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אנגעקומען אויפן בית החיים און שיכון סקווירא וואו די רבי שליט''א האט מתפלל געוועהן על קברה פון די שוועסטער די סקווירא רעבעצען ע"ה, און דעם ציון הק' פון הרה"ק מסקווירא זי"ע שטייענדיג אין די טעג בעפאר די הילולא קדישא ב' ניסן.


פון דארט איז די רבי שליט''א אריינגעפארן אין שטעטל אויף א באזוך ביים נייעם פראכטפולן ביהמ''ד הגדול והחדש דשיכון סקווירא. אויפן שטח הבנייה האבן אפגעווארט דעם רבי'ן שליט''א די ראשי וועד קרן הבנין, הרב שלום בער פישל הי"ו, הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו און הרב יצחק יוסף אונגאר הי"ו וועלכע האבן ארומגעוויזן דעם רבי'ן שליט''א אינעם גאנצן סטרוקור פונעם ביהמ"ד מבית ומבחוץ. די רבי איז אויך אראפ צום שטאק פונעם מקוה טהרה, און דארט געגאנגען אין מקוה.


נאכן באזוך אין ביהמ''ד האט די רבי אויסגעדריקט רצון קדשו אריבערצוגיין איבערגעבן א גריס פארן שוואגער די סקווירא רבי שליט''א וואו די רבי האט אויסגעדריקט זיין התפעלות על מה שעיניו ראו און וואו מען זעהט בחוש די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס באגלייט דעם סקווירא רבי'ן, ונפרדו לשלום.

























bottom of page