top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע צוזאמקום אין דינער 'מקושרים כאחד' לטובת מוסדות בוהוש בארץ הקודש

דינסטאג פ' פקודי • ב' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


א גאר רייכע דינער 'מקושרים כאחד' איז אפגעראכטן געווארן דעם זונטאג אווענט בחצר הקודש בוהוש, וואו ביי רייך געדעקטע טישן האבן זיך צונויפגענימען, הונדערטער חסידים אין ידידי חצר הקודש בוהוש, תומכי המוסדות אויף א ספעציעלער אווענט אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת די מוסדות הק' על טהרת הקודש.


די דינער איז פארגעקומען אין א פראכטפולע זאל אין שטאט לוד - בשכינות פון בני ברק וואו א רייכע פראגראם איז געוועהן צוגעגרייט, עס האבן אויפגעטראטן בעלי דרשנים מפורסמים אין צום קלימאקס האט מען געהאט די זכיה צו הערן די משא הקודש פונעם נשיא המוסדות כ"ק האדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכער האט פאר לענגערע מינוטן ארומגערעדט בשבח המוסדות, און איבער די מאסיווע בליה און וואוקס וואס מ'האלט כסדר מיט, אין זיך באדאנקט פאר אלע משתתפים ביי דעם מסיבה של מצוה.






















































Commenti


bottom of page