top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה עצומה • האד' מסקולען וועט אהיימקומען פון אריזאנע נאך שווערע דורכגאנג אין רפואה

מאנטאג פ' תצוה • י' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט א אומגעהוירע שמחה האבן חסידי  סקולען אויפגענימען די גינסטיגע נייעס אז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועט די קומעדיגע מיטוואך אהיימקומען לביתו נאווה קודש אין בארא פארק נאך גאנצע צוויי חדשים וואס די רבי האט זיך אויפגעהאלטן אינעם ווייטן אריזאנע צוליב זיין שוואכע געזונט צושטאנד.


דעם אנהייב חודש טבת האט זיך די סקולענער רבי שליט"א ארויסגעלאזט קיין אריזאנע, נאך עטליכע טעג זייענדיג דארט אויף אפרוה איז די רבי אריינגענימען געווארן צו א לאקאלע שפיטאל נאכן זיך נישט גוט שפירן, עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די לונגען ארבעטן נישט ווי עס דארף, אין די רבי איז געווען האשפיטאליזירט די נאכפאלגענדע צוויי וואכן.


אויך נאכן באפרייט ווערן פון שפיטאל, האט די רבי נאך אלס נישט געקענט אהיימקומען מיט א פליגער צוליב זיין אומשטאבילע מצב הבריאות, און אזוי איז די רבי פארבליבן גאנצע צוויי חדשים דארט בריחוק מקום, בעת ווען אידישע קינדער האבן מתפלל געוועהן אין ארויסגעקוקט אויף א גאנצע רפואה.


אצינד נאך א קענטיגע שינוי לטובה ווען די רבי שליט"א קומט צוביסלעך צוריק צו די כוחות, איז געמאלדן געווארן אז די רבי וועט די וואך מיטוואך אהיימקומען, לשמחת לבם פון די חסידים, בפרט שטייענדיג בעפאר השמחה במעון הקודש, די חתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הרה"צ רבי אהרן מאיר פארטוגל שליט"א וואס קומט פאר די קומעדיגע וואך מאנטאג פרשת כי תשא אין שטאט מאנסי, מיטן האפענונג אז די רבי שליט"א וועט קענען באשיינען על ראש שמחתו.



bottom of page