אהל פון הרה"צ רבי אביגדור שפירא זצ"ל מטשענסחוב אויפ'ן ביה"ח דק"ק סאטמאר אין ניו דזשורזי איבערגעבויט
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די טעג גייט אן א מאסיווע רענאוואציע פראיעקט אויפ'ן סאטמארער בית החיים אין ניו דזשערסי, ווען דער אהל אויף מקום מנוחתו פון הרה"צ רבי אביגדור שפירא זצ"ל האדמו"ר מטשענסחוב ובני משפחתו ווערט גענצליך איבערגעבויט להרחבת דעתם פון אידן וואס קומען כסדר אהין מתפלל זיין.
דער טשענסטחובער רבי זצ"ל איז געווען דער חותן המלך פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, דער פאטער פון די רעבעצין בזיווג שני הרבנית הצדיקת אלטא פיגא ע"ה.
מן השמים האט זיך געפירט אז מ'האט געמוזט מפנה זיין מקום מנוחתו צוזאמען מיט זיין רביצין און מוטער ע"ה, און בפקודת הקודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מען זיי מקבר געווען אויפ'ן סאטמארער ביה"ח אין ניו דזשורזי, וואו מ'האט געבויט אן אהל העכער מקום מנוחתם. דער אהל וואס איז געבויט געווארן שוין מיט העכער פופציג יאר צוריק, איז ליידער געווען אין א גאר-שוואכן צושטאנד, און אויף דער אינציאטיוו פון די געטרייע חברי הנהלת חברה קדישא דסאטמאר, ווערט דער אהל אצינד גענצליך איבערגעבויט און רענאווירט בנדבת לבם פון נדיבים בעם אין שפיץ פון הגה"צ רבי העניך מרדכי מייזליש שליט"א אבד"ק טאלטשאווע קרית יואל.
דער טשענסטחובער רבי, רבי אביגדור איז געווען איש צדיק און א געוואלדיגער יחסן, ער איז געווען א רעכטע איר אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן שרף פון מאגלעניצא, אייניקל פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע, און פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע פון ליזענסק, די רביצין פון רבי אביגדור איז געווען הרבנית הצדיקת גיטל ע"ה טאכטער פון הרה"ק רבי קלונימס קלמן בעער זצ"ל מווידא, אייניקל פון הרה"ק בעל מאור ושמש זי"ע.
רבי אביגדור איז נפטר געווארן בדמי ימיו ביום י"ח אדר שנת תרפ"ז איבערלאזנדיג א שטוב מיט יתומים, צווישן זיי בתו הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה וועלכע איז דאן נאך געווען א קינד. ער איז געקומען למנוחתו אויפ'ן ביה"ח אין טשענסחוב, און מ'האט געבויט אן אהל אויף זיין קבר, וואו עס איז שפעטער געקומען למנוחתה עטליכע מבני משפחתו.
בשנת תשל"א האט די סאטמארער רביצין ע"ה באקומען א ידיעה אז דער ביה"ח אין טשענסחוב איז אין א סכנה, ווען די לאקאלע רעגירונג האט זיך געגרייט ליידער צו אריינצונעמען דעם בית החיים פאר פריוואטן באנוץ. די ידיעה איז אנגעקומען צו די רביצין ע"ה אז ס'איז דא צייט בלויז פון פיר וואכן מפנה צו זיין די קברים, איידער זיי גראבן אויס און לייגן אלעס אריין אין א גרויסן מאסן-קבר. די רביצין ע"ה האט אנגעהויבן צו טון פעולות מפנה צו זיין די קברים פון איר פאטער, באבע און שוועגערין וואס ליגן דארט באהאלטן. און בפקודת הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מען זיי געברענגט קיין ניו יארק.
די עסקנים און מתעסקים פון די סאטמארער חברה קדישא זענען אראפגעפארן קיין פוילן, און ביום כ"ה ניסן האט מען מפנה געווען די קברים אין טשענסחוב, פון וואנעט מ'האט זיי געברענגט קיין ניו יארק, און געברענגט לקבורה אויפ'ן סאטמארער ביה"ח אין ניו דזשורזי. מ'האט דערנאך איבערגעלייגט די נייע מצבות, מיט די זעלבע נוסחאות פון די מצבות וואס זענען געשטאנען אין טשענסחוב, און שפעטער האט מען געבויט אן אהל אויף די קברים, אויפ'ן זעלבן אופן ווי עס איז געווען געבויט אויפ'ן ביה"ח אין טשענסחוב. אין די שפעטערע יארן פלעגט הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה ווייטער כסדר קומען אויפ'ן ציון מתפלל צו זיין במקום מנוחת אבי', און אויך אנדערע אידן וואס באזוכן דעם ביה"ח, קומען כסדר מתפלל זיין אויף די ציונים מיט גרויס התעוררות.
אין די טעג האט מען שוין איבערגעבויט א גרויסן טייל פון די דרויסענדע ווענט פונעם אהל מיט דויערהאפטע ווענט געבויט אויף פעסטע יסודות, און לויט'ן פלאן וועט מען בעזהשי"ת איינרישן דעם אהל מיט אלע איינריכטונגען, עלעקטריק, הייצונג, טיש-און-באנק, תהלימ'לעך און ליכט, אז אידן וואס קומען פוקד זיין די ציונים, זאלן דארט קענען מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת.





תגובות