top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 10 באוק׳ 2024
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 14 בנוב׳ 2024

ree

מיטוואך וזאת הברכה א' • ז' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


האד' מנדבורנה ביים הכנסת ספר תורה די וואך ביים כותל המערבי לעילו נשמתם פון די הרוגים ביים שמחת תורה אטאקע צום ערשטן יארטאג‎.


הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בן האד' מסקווירא אויפן צענע ביים שריפה פאריגן ערב שבת אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש דשיכון סקווירא.

ree

נאכן דינער פאריגן וואך אין בני ברק לטובת די קרן עולם התורה האט האד' מצאנז פארבעטן פונעם ראש ישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א א געבענטשטע רימון וואס איז פארטיילט געווארן פאר די נגידים ביים דינער, דער ראש ישיבה איז נעתר געוועהן לבקשתו און איבערגעגעבן א רימון פארן רבי'ן שליט"א בברכת קדשו.

ווארעמהארציגע בריוו פון האד' מבאיאן און די רעבעצען וואס די רבי האט אפגעשריבן צו די אלמנות אין די קהילה.

ree

א וואונטש מטעם די הנהלת קרן הבנין פונעם מרכז העולמי באבוב 45 צום באנייאונג פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש דשיכון סקווירא, וואו די עסקנים פון ביידע קהילות ארבעטן און באנענזאם ארויסצוהעלפן איינער דעם אנדערן בעצה ובמעש.

ree

הרב משה גדליה לעוו הי"ו שליח ציבור ימים הנוראים בחצר הקודש גור, ביי א זיץ אין איינע פון די גערער שטיבלעך אין בארא פארק וואו די חסידים האבן איהם פארבעטן אראפצוזינגען טייל פונעם נוסח ימים הנוראים מיט בענקעניש צו די הייליגע תפילות אין די גערער הויף אין ירושלים.

המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א באגריסט דעם ירושלימער מעיאר משה ליאון ביי די בר מצוה פון זיינס א אייניקל די וואך אין ירושלים.

ree

די בארימטע פאטאגראפירער בחצרות הקודש אין ארץ הקודש נפתלי לרר נאכן פאראייביגן די חביבת המצוה פון הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פאנאוויטש בעטענדיג א ברכה נאך צו קענען קומען כאפן בילדער פאר לאנגע געזונטע יארן.

כ"ק אדמו"ר מבאיאן ביים מבקר חולה זיין א קינד אין שפיטאל וועלכע מוטשעט זיך ליידער מיט די ביטערע מחלה ל"ע וואו די רבי האט זיך אראפגעזעצט מיט דאס קינד און ליבליך פארברענגט מיט איהם.

ree

פארלאפענעם ערב ראש השנה האט 'קרישקעס' באמערקט האד' מפינסק קארלין גיין אין ביהמ"ד איינער אליין זיך גרייטענדיג צום יו"ט.

ree

האד' מנדבונרא באזוכט ביי הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע לברך ולהתברך צום נייעם יאהר.

ree

שמחה של מצוה הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא ביים בודק זיין אתרוגים לקראת חג הסוכות הבעל"ט.

ree

האד' מנדבורנא באניא אין א ריקוד מיטן משב"ק ר' אליהו דויטש ביים בר מצוה לבנו בכורו.

ree

דער נייע חדר מיוחד פון האד' מסקווירא אינעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא.

ree
ree

מרן הגאון רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע ביים זאגן תהילים בשעת די ווארענונגס פייפערס אין בני ברק האבן זיך צוקלינגען צו אלאמירן פון אריינפליענדע ראקעטן.

האד' מבאיאן ביים אהיימגיין לביתו נאווה קודש מוצאי שבת סליחות.


הגה"צ רבי שלמה קאהן גאב"ד מעלבארן אוסטראליע ביים אבות ובנים פאריגן מוצאי שבת אין ק"ק עדת ישראל מעלבארן.

ree

האד' מקאסאן ביים קלאפן מזוזות און מסיבת לחיים לרגל די עפענונג פון די 'סי בלו' פיש געשעפט אין לינדען.

ree

האד' מסטריקוב ירושלים איז שופך שיח ביים ארון הקודש אין קאפיטשניצער ביהמ"ד פאריגן ערב ראש השנה ווען די ווארענונג-פייפערס האבן זיך צעפיפן איבער פליענדע ראקעטן פון איראן.

דער ריזן שאטער אויפגעשטעלט בחצר ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא צו די טישן יום טוב ראש השנה.

די גדולי ישראל אדמור"ים וראשי הישיבות ביים ערשיינען צום רייכן באנקעט פאריגן ליל שישי אין בני ברק לטובת די קרן עולם התורה.

ילדי כתה ח' פון תלמוד תורה קראסנא אין בארא פארק ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האדמו"ר מצאנז זמיגראד.

ree

האד' רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא ביים צענטראלן תיקון כללי ערב ראש השנה אין אומאן.


אין א באגעגעניש מיטן משפיע הרב שלום ארוש דעם מוצאי ראש השנה אין אומאן.


ארויס פון דרוק: נייע בוך איבער די לעבנס שאפן פון הרה"ק מריבניץ זי"ע אויף אידיש ערשיינט צום הילולא קדישא אסרו חג סוכות הבעל"ט, ארויסגעגעבן דורך 'ארטסקראל מסורה'.


ריקוד נאך סליחות ליל זכות ברית בחצר הקודש סאדיגורא ירושלים נאך די גרויסע ניסים אין ארץ ישראל


די פראכפולע גרויסע היכל בית המדרש תורת חכם אין ירושלים - אינעם בנין פון מוסדות סאטמאר ירושלים - גרייט אויף יו"ט ראש השנה.

ree

האד' מלעלוב באדאנקט זיך פאר האד' מתולדות אברהם יצחק נאכן פראווען ראש השנה בראש קהל חסידיו אינעם צייטווייליגן ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגענט.

ree

האד' מבאיאן אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, ווערט געזעהן שלוחי דרבן הרב יצחק גאלדקנאפף.

ree

די נייע סינערי ארון הקודש אויפן מזרח וואנט אין בית המדרש הגדול תודלות אברהם יצחק אין ירושלים.

ree
ree

הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנס ביי בדיקת אתרוגים אין די ערב יו"ט טעג נאך א הלכה שיעור בבית מדרשו.

ree

תגובות


bottom of page