וזרח השמש: בני כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל וועלן ממשיך זיין בכתר האדמורו"ת בדרך האבות
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 31 דקות
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

וזרח השמש: פריער נאכמיטאג ביי די מסע הלוי' פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל בבית מדרשו אין וויליאמסבורג, האט דער גבאי הביהמ"ד הרה"ח ר' מאיר צבי הכהן פראנצויז, וואס האט נאך זוכה געווען משמש צו זיין ביי הרה"ק מספינקא זי"ע, ולאחריו ביי כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל בעל דובר מישרים, פארגעליינט די צוואה וואס דער רבי זצ"ל האט געשריבן ממש אין זיינע לעצטע וואכן אנבאלאנגט די המשכה פון די שלשלת הקודש.
אין די צוואה דרוקט זיך דער רבי ז"ל אויס מיט שטארקע שבחים אויף אלע זיינע דריי זין, בנו הגדול הרה"צ ר' דוד משה הורוויץ שליט"א, בנו הרה"צ ר' יואל הורוויץ שליט"א, און בנו הצעיר הרה"צ ר' שמואל צבי הורוויץ שליט"א כולם זרע ברך ה', זיי זענען אלע חשוב'ע תלמידי חכמים ויראי ה', און זיי זאלן ממשיך זיין בכתר האדמורו"ת בדרך האבות, און אוועקשטעלן זייערע הויפן און בתי מדרשים על שמו וזכרו.
בנו בכורו הרה"צ ר' דוד משה שליט"א איז אויפגענומען געווארן ממשיך צו זיין בהנהגת העדה למלאות מקום אביו אלס אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא, לעמוד לפני העדה ולשרתם, משפיע זיין מזיו הודו תורה ויראת שמים בדרכי אבותיו הק' אין די הייליגע ספינקא שושלת.
דער נייער רבי הרה"צ ר' דוד משה שליט"א איז אן איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א ראש הכוללים באר יוסף, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א פון וויליאמסבורג.
דער רבי איז פקיע שמי' אלס א ריכטיגער בנן של קדושים, באקרוינט מיט מדות טובות און אן ענוות חן און רבים וכן שלמים האבן שוין נהנה געווען פון אים במשך השנים.
במשך די אלע יארן איז דער רבי שליט"א צוגעשטאנען ליד ימין קדשו פונעם פאטער דער רבי זצ"ל מיט א געוואלדיגע מסירת נפש אין אלע הינזיכטן פון הנהגת הקהלה והביהמ"ד, לא זז ידו מתוך ידו, ובפרט אין די לעצטע יאר ווען דער רבי האט זיך ליידער געמוטשעט מיט די שווערע יסורים, האט ער זיך אפגעגעבן מיט א זעלטענע געטריישאפט ביי יעדע טריט און שריט.
דער צווייטער זון הרה"צ ר' יואל שליט"א איז אן איידעם ביי זיין עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, ואיתן מושבו איז אין קרית ישמח משה בצל חותנו דער סאסובער רבי, וואו ער שיינט ארויס אלס איינע פון די געהויבענע משפיעים און מרביצי תורה, ארום וועם בחורים און יונגעלייט קלאמערן זיך און זענען נהנה מאורו.
בקרוב הימים וועט הרה"צ ר' יואל שליט"א עפענען דעם אייגענעם ספינקער הויף אין ארץ ישראל, וואס אנטשפרעכט צו זיין א מגדל אור פאר חסידים ואנשי מעשה און שומעי לקחו וואס וועלן נהנה זיין פון זיין לעכטיגע השפעה בתורה וחסידות בדרכי אבותיו.
דער דריטער זון הרה"צ ר' שמואל צבי שליט"א, וואס טראגט דעם נאמען פונעם גרויסן זיידן, איז אן איידעם ביי ש"ב הגה"צ ר' ישראל שנעעבאלג שליט"א אבד"ק טשערנאוויץ ב"פ. ער איז א ריכטיגער אב בחכמה ורך בשנים, א הולך בדרכי אבותיו הק' מיט זיין הנהגה בתורה ועבודה, און איז אלע יארן צוגעשטאנען ליד ימינו פונעם טאטן מיט א געוואלדיגע געטריישאפט. ספעציעל אין די לעצטע תקופה בימי חליו פונעם רבי'ן האט ער זיך נישט אוועקגערירט און באדינט מיט א געטרייע מסירת נפש.
יאריכו ימים על ממלכתם





תגובות