top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וזאת ליהודה: פריידיגע גמר המקח און גרינדונג פון "תלמוד תורה בית יהודה" און "מתיבתא אהל משה" דחסידי תולדות יהודה

  • לפני 6 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד און קוועלעניש ווערט אויפגענומען ביי חסידי ומעריצי בית תולדות יהודה, איבער די התייסדות פון די נייע "תלמוד תורה" און "מתיבתא" אין שטאט בארא פארק, וואס דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א האט מייסד געווען און וועט עפענען די טויערן צום קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ז בשעטומ"צ.


די נייע דאפלטע התייסדות שטעלט פאר מיט זיך א דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה און ווענדפונקט אינעם אויפבלי פון די קהלה קדושה תולדות יהודה, וואס האט זיך די לעצטערע יארן צעוואקסן אויף א שטוינענדן פארנעם מיט פילע הונדערטער חסידים ומעריצים וואס זעטיגן זיך און ווארעמען זיך אן מיט די הייליגע און לעכטיגע תפילות און טישן בצל קדשו פונעם רבי'ן.


נאך די גרויסע הפצרות און ארויסקוק פונעם ציבור, צו קענען מחנך זיין די קינדער בדרכי התורה ועבודה וואס דער רבי פלאנצט איין און איז שטענדיג דורש ומבקש ביים ציבור, איז יעצט געמאלדן געווארן איבער'ן התייסדות פון די צוויי מבצרי החינוך, וואס אנטשפרעכט אויסצושטייגן אלס הייליגע פעסטונג פון חינוך הדורות בדרך ישראל סבא.


אין א בחינה פון שמחה גוררת שמחה, ווערט באזונדער אויפגענומען מיט פרייד די שטארקע סיעתא דשמיא וואס באגלייט, ווען מ'האט שוין דעם פארלאפענעם ערש"ק פר' ראה באוויזן אונטערצושרייבן קאנטראקט אויף א גיגאנטישן "בנין המוסדות" וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פון די נייע תלמוד תורה און מתיבתא.


דער בנין רחבת ידים האט ביז יעצט געדינט פאר די ישיבת נתיבות התלמוד, און געפינט זיך אויף די 36'סטע גאס צווישן 12 און 13, און וועט שוין אריינגיין אין באנוץ אין א מזל'דיגע שעה צום עפענונג פון די נייע תלמוד תורה און מתיבתא דעם סוף חודש אלול הבעל"ט. 



תגובות


bottom of page